עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kvyka5vq

kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תורה, ווי אזוי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל, וידבר אלקים את כל הדברים האלו לאמר, זאגט מען, אז וואס איז דער טייטש לאמר? אז דערנאך, אין יעדער דור און אין יעדער טאג, חזר'ט זיך דאס איבער פון דאסניי, אז דער אויבערשטער זאגט דאס נאכאמאל, אבער יעדער מאל מיט א באנייטער לעבעדיקייט און א באנייטער שטארקייט, ובפרט נאך, אז דער אויבערשטער זעט ווי אזוי קינדער האבן זיך צוזאמענגעקליבן, מערערע קינדער צוזאמען, און האבן זיך צוזאמענגעקליבן אין אן ארט וואו מ'קלייבט זיך צוזאמען אויף דאווענען צו דעם אויבערשטן א בית-הכנסת, און ווי מ'קלייבט זיך צוזאמען אויף לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה א בית-המדרש, און מ'קלייבט זיך צוזאמען צו אננעמען גוטע באשלוסן און צו געבן אויף צד קא, ווי אזוי מ'וועט דא איצטער מסיים-זיין אויף מאכן יעדערן פון אייך אלס א שליח אדער א שלוחה אויף געבן אויף צדקה, באנייט דאס נאכאמאל אט דעם זכרון-די דערמאנונג, און דאס בלייבט ניט נאר א דערמאנונג אין קאפ, נאר אין מוח, אין שכל, נאר דאס בלייבט אויך און דאס ווירקט אויך, ווי דערמאנט פריער, אין די אלע אברים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions