עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kt2da94y

kind
paragraph
order
RY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי זיי זיינען מכסים דעם ים וואס ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, ווארום דעמאלט איז דאך אויך דוקא ישראל ועצמות ומהות איז כולא חד, נאך העכער ווי דעם ענין וואס ישראל איז אורייתא וקוב'ה כולא חד, ווארום ישראל זיינען דאך העכער פון אורייתא, און זיי האבן גלייך די התכללות ממש, ביז אז ס'ווערט איין מציאות, יעדער איד אנשים נשים וטף מיט עצמות ומהות, ביז אין אן אופן פון ממש, ווארום יעדערער פון זיי איז דאך דא דער חלק אלקים ממעל ממש, און דאס ווערט אויך גלייך תוקף ומיד ממש, וויבאלד אז מ'האט שוין אפגעטאן די זאך, על ידי מעשינו ועבודתינו, און ווי די עדים פון נשיא דורנו, אז מ'האט שוין אויפגעטאן די זאך בשלימות, און אויך ווי ס'איז פארשטאנדיק פון דער שיחה הידועה שלו, אז אויך די קנעפלאך, און אויך דער צופוצן די קנעפלאך, איז שוין אויך אלץ בשלימות, ביז וואנענט אז ס'איז שוין אויך דא די שלימות פון עמדו הכן כולכם. און ס'דארף מערניט ווי זיין אט די איינציקע נקודה, אז ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה ממש, אין אן אופן פון ממש, אין זמן ומקום,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions