Paragraph
Paragraph rh-kryd2y0y
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4g5zq3gf
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- די גמרא דערציילט דאך בנוגע צו שבעה במנחם אב, וואס דאס הויבט זיך איצטער אן, אז דעמאלט איז געווען וואס נכנסו להיכל ס'איז דאך א דבר בפשטות, אז די גמרא איז ניט עוסן חס ושלום פארשאפן צער א אידן, אגמת-נפש, אפילו אין אן ענין פרטי, על אחת כמה וכמה אין אן ענין וואס איז נוגע לישראל, און ווי מ'זעט איז דאך דאס שוין נוגע ניינצן הונדערט יאר, צוזינט ס'איז אן ערך צוזינט ס'איז פארגעקומען צו דעם ערשטן מאל פון הימים האלה ומזכרים ונעשים איז דאך דאס א זיכערע זאך, אז דאס איז כדי יעדער איד און אלע אידן, ובפרט די אלע אידן בצירוף זה עם זה, וואס דאס איז דאך מבטל די סיבה פון דעם גאנצן ענין הגלות, כמדובר כמה פעמים וואס דאס איז פארבונדן מיט פירור, משא'כן אז אידן זיינען זיך מתאחד צווישן זיך בכלל, עאכו כמה וכמה אז מ'פארבינדט דאס מיט אן ענין של תורה וצדקה, איז דאך דאס דעמאלט ביתר שאת וביתר עוז דיתאחדות, און א זיכערע זאך, אז דאס איז אויך די כוונה בדבר,
- proofread
- 0