עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

10 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1די גמרא דערציילט דאך בנוגע צו שבעה במנחם אב, וואס דאס הויבט זיך איצטער אן, אז דעמאלט איז געווען וואס נכנסו להיכל ס'איז דאך א דבר בפשטות, אז די גמרא איז ניט עוסן חס ושלום פארשאפן צער א אידן, אגמת-נפש, אפילו אין אן ענין פרטי, על אחת כמה וכמה אין אן ענין וואס איז נוגע לישראל, און ווי מ'זעט איז דאך דאס שוין נוגע ניינצן הונדערט יאר, צוזינט ס'איז אן ערך צוזינט ס'איז פארגעקומען צו דעם ערשטן מאל פון הימים האלה ומזכרים ונעשים איז דאך דאס א זיכערע זאך, אז דאס איז כדי יעדער איד און אלע אידן, ובפרט די אלע אידן בצירוף זה עם זה, וואס דאס איז דאך מבטל די סיבה פון דעם גאנצן ענין הגלות, כמדובר כמה פעמים וואס דאס איז פארבונדן מיט פירור, משא'כן אז אידן זיינען זיך מתאחד צווישן זיך בכלל, עאכו כמה וכמה אז מ'פארבינדט דאס מיט אן ענין של תורה וצדקה, איז דאך דאס דעמאלט ביתר שאת וביתר עוז דיתאחדות, און א זיכערע זאך, אז דאס איז אויך די כוונה בדבר,

2דער ענין וואס דאס זאל נאך צוגעבן נאך השתדלות נאכמערער, בתוספות וואס מ'האט דאך די השתדלות במשך פון די ג' שבועות, און דערנאך אין די ג' שבועות עצמם, אנהויבנדיק פון ראש חודש, און דערנאך לאחרי ראש חודש, אז ס'קומט נאך מעייענטער, ובפרט אז ס'קומט א טאג וואס טיילט זיך נאך אויס אין דעם ענין בלתי רצוי, איז דאך דאס פארשטאנדיק, וואס בכללות הענין, אז דאס איז וואס ירד ארי'מבבל איז דאס געווען כדי ס'זאל זיין בשביל בלשון המדרש, אז ס'זאל זיין דער עלה ארי ובנה ארייל און אזוי איז אויך בכל יום ויום, וואס מ'זעט אז אדיין לו זכינו אדער גאר אן אנדער סיבה ווייזט אויס, אז ס'איז שוין לאנגט דער זמן פון זכו נאר ס'איז דא א סיבה וואס קיינער ווייס ניט וואס דאס איז, ביז וואנענט אז אפילו ווי אין תנאך און אין גמרא, ועל אחת כמה וכמה אין מאמר חזל הידוע, אז כלו

3כל הקיצין און מ'מאכט דעם שטורעם פון עדיין לא בא, איז בשעת ס'קומט-צו נאך א טאג, און מ'זעט אז ניט נאר אז עדיין לא בא, נאר ס'קומט-צו נאך א טאג, און במילא נאך ניט סתם א טאג, נאר א טאג וואס איז נאך אויסגעטיילט, און אויסגעטיילט אויך אין אן ענין עיקרי, נאר אין אן אופן בלתי-רצוי, וואס נכנסה אויך אין יכל איז דאך דאס על מנת און בשביל, אז דאס זאל געבן אידן נאכמער כח און נאכמער פיזוק, אז ס'זאל זיין די תביעה נפשית, ובקרב לא ועמוק, פון יעדערן בתוך כלל ישראל, אז ס'זאל שוין מקויים ווערן בפועל ממש, אין אן אופן פון מראה באצבעי ואומר זה, דער ענין אז ס'איז שוין דא די גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלכא משיחא, וואס אין דערויף איז אויך יש לקשר, ווי דוקא מיט יום השביעי, על דרך ווי מ'געפינט זיך אויך בנוגע צו קידוש לבנה, אז ס'איז כדאים, ומן המובחר, אז דער קידוש לבנה זאל זיין בשעת ס'איז דא שוין שבעה ימים לאחרי המולד,

4וואס דער פירוש בפשטות אויף דערויף איז דאך, וואס בשעת ס'איז דא די שבעה ימים, שטייט שוין דעמאלט די לבנה, טאקע ניט באשלמותא, אבער זי שטייט שוין אין דעם האלב פון דעם שלימות, ובפרט אז ס'איז דא א גאנצע וואך וואס דאס איז דאך כולל שבעה ימים, ווי ס'איז דאך כולל כל ענין הזמן, כמדובר כמה פעמים, ובפרט נאך אז נוסף צו דער מחשבה בענין האמור, ותן לחכם ויחכם עוד איז יעדערער מוסיף כהנה וכהנה, ביז כהנה וכהנה, ביז וואנענט אז דאס נעמט אים דורך אינגאנצן, איז דאך אט דעמאלט ווערט אויך ווי בפשטות וואס מ'זאגט, אז דעמאלט איז דער מוליב ענטשן מ'איז אויך מחדש הלבנה און מקדש הלבנה, ווי ביידי גירסות אין דערויף זיינען, אז ס'ווערט אויך א גאנצע שבוע אין דעם מולד הלבנה החדש, פאר וועלכן מ'זאגט דאך, אז העתידין פון לחדש כמותא וואס אף על פי וואס דאס זאגט מען אין דעם לשון העתידין אדער דער לחדש כמותא דער חידוש הלבנה איז דאך שוין געווען אין דעם מנחם אב פון שנת תשמ-טס, אנהויבנדיק פון ראש חודש, און שוין דורכגעווען א גאנצע

5שבוע בזה, איז דאך הלכה אז ס'איז נאכמער צוגעקומען אין דעם ליתחדש כמותה, ביז וואנענט אז ס'וועט אויך זיין ליתחדש כמותה אז תוקף ומיד ווערט דער קיימא תהי'רבשלמותא. ובפרט אז מ'האלט דאך שוין אויך, וויבאלד אז דאס איז יום השביעי האלט מען שוין, ובפרט אין קבירות שנה זו שוין כמה ימים אין פרשה הית חנן, וואס דעמאלט האט מען דאך, כמדובר לעיל, דער ט'ו'פעמים פון ענין החסדים, און וואס נעמט-דורך דעם גאנצן סדר השתלשלות וואס ס'ווערט נכלל אין דעם ט'וו, און דערנאך תק ווי דער גימטריא פון וית חנן אז די אלע זאכן צוזאמען זאלן תוקף ומיד ברענגען די מילוי הבקשה פון ואת חנה, ווי ס'איז שוין געזאגט געווארן און דערנאך באנייט אויך מחדש אין תפילת מנחה פון שבת חזן שלפני זה, וואס דעמאלט האט מען באוויזן דעם בית המקדש, כמוזכר לעיל, בפרט נאך אין תפילת מנחה פון שבת פרשה חזן, האט מען שוין אויך זיבן טעג, וואס דעמאלט

6האט מען אויך די שירות של יום בכללות, פון יעדער טאג פון די זיבן טעג, וואס דאס דערמאנט אויך, און מ'האט זיי אלע צוזאמען ניט ווי זיי שטייען יעדערער אין זיין טאג באזונדער, ווי אפילו אין דעם שבת'דיקן טאג איז דאך אויך דא די ביידע ענינים, דער ענין ווי דאס איז פארבונדן מערניט ווי מיט דעם טאג אליין, כפירוש הפשוט, אין שירות של יום פון דעם איין טאג אליין, דערנאך איז דאך דא נאך ווי דער ווייטערדיקער פירוש אין דער זעלבער משנה. און דאס ווערט דער סיום פון פרשה תמיד, אז ס'ווערט דער יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, וואס דאס איז דאך מדגיש נאך מערער, אז דאס איז כולל די אלע שבעת שירים צוזאמען, ביז וואנענט אז דאס איז דאס ווערט פארבונדן אויך מיט יום שכולו שבתו מנוחה לחיי העולמים לעתיד לבוא, און יהי רצון, אז דאס זאל כולל זיין אלע שירות, ביז דעם שיר העשירי, וואס ס'זאל יעדער שירן שטיין בגלוי, עאכו כמה דער שיר העשירי, וואס דאס איז דאך דער חידוש אין דער אויפטו פון גאולה האמיתית והשלימה,

7ביז אין אן אופן פון מראה באצבעי ואומר זה, בי וואס דאס איז דאך אויך דער פירוש הפשוט מיט אצבע הגשמי, דערפאר וואס דאס מיינט מען בפשטות די גאולה האמיתית והשלימה בגשמיות ממש. ובפרט אז מ'איז דאס מקשר וכרגיל וכגם זה, אז מ'פארבינדט דאס אויך פון געבן יעדערן א שליחות אין הצדת, צדקה, און דערנאך איז יעדערער מוסיף מדילי, אף על פי וואס די נתינת הצדקה איז דאך מיט זמנו בלילה, איז דאך כמדובר כמה פעמים, איז דאס במה דברים אמורים אין אט די ענינים ווען דער עני שטייט ניט, נאר וואס דען מ'דארף דאס אפגעבן א גבא צדקה וכיוצא בזה, בשעת אבער דער עני וואס מ'דארף דאס האבן, געפינט זיך על אתר, און ניט נאר ער מאנט דאס, נאר ער איז פושט יד איז דעמאלט איז דאך א זיכערע זאך, בפשטות די הלכה בפשטות, על פי שולחן-ערוך, אז מ'טאר אים ניט מעכב-זיין אפילו לרגע אחד, כידוע הסיפור, מיט נאכן איש גמזו, וואס ווערט דאך אראפגעבראכט אויך אלס א טעם אויף די הלכה בפועל אין שולחן-ערוך,

8ובפרט נאך אז דער פשיטת יד און די תביעי פון דעם עני און דער פשיטת יד העני איז דאך שוין א מעשה, כאמור לעיל, פון קארגע פון ניינס און הונדערט יאר, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, און בפשטות שבפשטות, אז תיכף ומיד ממש דארף זיין די נתינה, און דוקא נתינה בעין יפה נותן, מידו המלאה הפתוחה קדושה והרחבה. ועוד והוא העיקר אין די נקודה העיקרית והכי עיקרית והכי פנימית בכל סדר השתלשלות די נתינה פון גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, און די שליחות לצדקה איז נאכמער מוסיף אין דעם זירוז, און ווי דער סיום פון דער הפטורה פון פרשה חזן, איז דאך דער סיום פון ציון במשפט תפדו ושבי בצדקה, וואס בלשון עתיד האט מען דאך דאס געזאגט אין דער הפטורה, וואס אין דער עמירת הפטורה איז שוין דורכגעגאנגען כמה ימים וכמה ענינים, וכמדובר כמה פעמים, אויך במשך ימים אלו, אז דאס זאל שוין זיין אן ענין פון עבר, ווארום תיכף ומיד נאך אין דעם המשך הדיבור, על אחת כמה וכמה תיכף ומיד, צו סיום הדיבור,

9איז מראה בית צבאי ואומר זה אתה גאולה האמיתית והשלימה, און אט דא איז משיחא חדשנו כאוננו ידיך און דא האט מען אויך כל הדורות שלפני זה, על אחת כמה וכמה כל הנשמות בגופים שבדורנו זה, במילא זיינען זיי דאך אויך ממשיך די נשמות העתידות לבוא, אז מראה בית צבאי ואומר זה אתה האנשים והנשים והטף, כל אחד ואחת מהם בפשטות און נשמות בגופים, און אין אן אופן פון מראה באצבעו בגשמי. ובנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, איז געפינט זיי זיך אלע אין מנני שמיא, וכמדובר תוקף ומיד ממש, בא ארצנו הקדושה, וואס עיינו הוי'אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און דארטן עצמה אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין הר הקודש, אין הר הבית, און אין דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך, ושמחת עולם על ראשם וכמוזקד לעיל, אז דאס ווערט פארבונדן מיט יום שכולו שבת המנוחה לחיי העולמים, האט מען זיי שוין

10פארבונדן אין דעם שבת חזן שלפני זה, און מ'געפינט זיך, כאמור, והוא העיקר, אין דעם מצב און אין דער גאולה האמיתית והשלימה בפשטות ממש, וכאמור, והוא העיקר אין ארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש ובקודש הקדשים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions