Paragraph
Paragraph rh-kmjgxjdw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rfbqq60
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- טייערקייט און די גרויסקייט פון קנין התורה, בפרט נאך אז מ'האט זוכה געווען, און בהשגחה פרטית האט מען אייך אויסגעקליבן, אז איר זאל פארן אין א צווייטן ארט, גולל למקום תורה אז יענער ארט איז טאקע מקום תורה, אבער איר זיינט זוכה אויף לערנען דארטן תורה אין אן אופן פון גולל למקום תורה, ס'איז ניט דער ארט ווי ער האט געהאדעוועט זיך ביז איצטער, איז אט דער גופא וואס גולל למקום תורה וואס דאס איז דאך אן ענין של פרישות איז דאס איז מוסיף הצלחה מלמעלה מ'זאל מצליח זיין אין דעם, כדי אבער די הצלחה זאל אראפקומען בפועל דארף מען האבן די עבודה, און די עבודה כדבעי בלשון הגמרא, אין די מעלה שהתורה נקנית בהם, על אחת כמה וכמה אז מ'דארף איר קונה זיין אין אזא אופן, אז דערנאך זאל מען דאס ווערן א משפיע אן עולה האר אויף די אנדערע תלמידים וואס זיינען דארט געווען פון פריער, אדער די תלמידים וואס וועלן אהינצו קומען, איז כדי משפיע זיין אויף א צווייטן דארף מען דאך בא זיך האבן א סאך מערער ווי מ'וויל משפיע זיין אויף יענעם, ווי מ'זעט דאך א השפעה פועל, על כל פנים לכתחילה, ניט אין דעם גאנצן ענין של השפעה, דער מושפע דארף האבן כמה זמן ביז וואנענט ער וועט דאס קולט זיין, און כדי ער זאל קולט זיין אינגאנצן דארף מען אים געבן אינגאנצן, מיט דער ברייטער האנט און נאך מערער ווי אינגאנצן, כדי ער זאל קענען אויפטאן די אלע ענינים וואס מ'ווארט פון דעם מושפע, ובפרט נאך אויב דער מושפע קומט ניט צו אים אלס אן אורח, דארף מען דאך באווייזן נאך א שטארקן, א ביישפיל, און נאך א טיפערן פארנעם און הבנה והשגה אין תורת הנגלה און תורת החסידות, וואס אט דעמאלט ווערט דאס דער מילוי השליחות כדבעי, ביז וואנענט אז מ'ווייס דאך אז דער משלח איז נתינו דורינו דער רבי דער שווער, און ער ערווארט אז מ'זאל טאן כל התלוי בכל אחד ואחד'ן געקענט, אז מ'זאל זיין שלוחו של אדם כמותו
- proofread
- 0