Paragraph
Paragraph rh-khxy917e
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-sydvrb8q
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ענען דאס בא זיי, נאר זיי אליין שלאגן זיך אן, און וואס נאך מערער? מ'באגנוגנט זיך ניט מיט זיך אליין, נאר מ'זעט משפיע זיין איינוווירקן אויף אלע אידן ארום זיך, און אפילו אויף ניט-אידן, זיינען זיי דאך אויך מחוייב אין שבע מצוות בני נח, מחוייב אויך אין דער מצוה פון צדקה, וואס דערפאר זעט מען דאך אויך על פי רוב געשעפט סלייט, בפרט אין יונייטעד סטעיט, האבן זיך צוטאן סיי מיט אידן און סיי מיט ניט-אידן, האבן זיי אויך א שליחות מיוחדה לויט דער תורה בהנוגע צו ניט-אידן, פונקט אזוי ווי מ'האט א שליחות איינווירקן אויף יעדער אידן, אין אידישקייט, האט מען א שליחות פון דעם אויבערשטן געגעבן אויך דורך לשון בשעת מתן תורה, ווי דער רמב."ם שרייבט, איינווירקן אויף די באקאנטע, און די קודפיינטע פון אידן, אז זיי זאלן אויך אויסנוצן זייער מעגלעכקייטן און זייערע פעיקייטן אויף מאכן גוט ארום זיך אין אלע ענינים של צדקה, וואס דאס מאכט די גאנצע מעגלעכקייט און די גאנצע סביבה און די גאנצע קאנטרי די גאנצע לאנד פאר א לאנד וואס זי איז ראוי אז דער אויבערשטער זאל אויף דערויף זאגן, אז ועשו לי מקדש
- proofread
- 0