עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kh89dq46

kind
paragraph
order
LN
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דער אויבערשטער די גרעסטע מתנה פארוואס זיי האבן אויפגעהאדעוועט אזוינע אידישע קינדער, אזוי אויך זייערע מורים ומורות, מלמדים ומלמדות, ראש-ישיבות אדער אנפירער פון די ישיבות און ענלעכע, און זיי אלע צוזאמען ווערט דאס א נאך א גרעסערער הקהל, ווארום ס'ווערט דער הקהל, דורך די קינדער, אויך פון די עלטערן און אויך פון די ראש-ישיבות און פון די מנהלים ומנהלות, מיט די אלע דערמאנטע פריער, ביז וואנענט אז ס'ווערט א קהל גדול, א גאר א גרויסער הקהל, און דאס ווערט אויך די צוגרייטונג, אז דורך דערויף וואס יעדערער מאכט א הקהל בא זיך אין הויז און בא זיך אין חדר און בא זיך אין ישיבה, איז איצטער ביי דעם כן את, ווערט דאס א צוגרייטונג צו דעם גרויסן הקהל פון קהל גדול ישובו הנה, וואס במהרה בימינו וועט דער אויבערשטער צוזאמענקלייבן אלע אידן, אנהויבנדיק פון די קטני קטנים, פון די גאר קליינע קינדער, ביז אנשים ונשים, ביז גאר די גרעסטע פון צווישן אידן, און פירט זיי אלעמען צוזאמען אלס איין און איינציקער פאלק, און איין און איינציקע ארמיי, און איין און איינציקע אלע פרטים וואס מ'דארף דערצו האבן, מ'דארף דאך דערביי אויך מיטנעמען די תורה וואס מ'האט געלערנט און אויסגעלערנט, געדענקען איר אויך אויף שפעטער, און אזוי אויך די זכיות פון די מצוות וואס מ'האט געטאן, פון דער מצוה וואס זי איז א כלל גדול בתורה, אז ער איז מקיים אהבת לרעך כמוך ווירט ער איין אויף אלע זיינע חברים און מיידעלעך אויף חבר'טעס, אז זיי זאלן געהערן צו דער זעלבער צבאות השם, צו דער זעלבער ארמיי, און דורך דערויף וואס מ'טוט אין דעם אלץ מערער און אלץ שטארקער און אלץ לעבעדיקער און אלץמיט מערער שמחה, אז ס'זעט זיך אן אז ישמח ישראל בעושיו, במילא זעט זיך אויך אן דער ישמח ה'במתחל, ברענגט דער אויבערשטער אין זיין גרויסער שמחה די גאולה האמורה, במהרה בימינו ממש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions