Paragraph
Paragraph rh-kgvfph3y
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rematx4
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ונשיא דורנו דער רבי דער שווער, האט זיך איינגעשטעלט, אז מ'זאל מאכן א פארברענגען די נאכט אור לי'ג'תשרי, מפני כמה טעמים וואס ער האט מסתמא געהאט בזה, טעם הגלוי, און ווי ער שרייבט דאך אויך אין די כוסרות פון די קעפל פון די מאמרים וואס ער האט געזאגט ארויסגעגעבן ליום זה, דערפאר וואס דאס איז יום הילולא פון זיין זיידן, וואס איז אויך געווען דער נשיא בדורו, וואס ער איז דאך געווען זיין ממלא מקום, ובלשון הידוע לשון הכתוב תפארת זקנים בני בנין, איז דאך פארשטאנדיק אויך דער קשר מיוחד בגלוי צווישן זיי ביידן, און וויבאלד אז ביידע זיינען דאך געווען נשיאים, בנשיא הוא הכל, איז אויך פארשטאנדיק בפשטות דער קשר מיוחד לכל אחד ואחד מאיתנו, על פי המדובר כמה פעמים, ובפרט בנוגע לענין כזה, איז דאך דאס סיי ביי אנשים און סיי ביי נשים פונקט בשוה, און אפשר נאך מערער ביי נשים, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו מתן-תורה, וואס א מאמר וואס ס'זאגט א רבי, איז דאך בשעת האמירה, כמדובר לעיל, איז דאס כשומע מפי הגבורה און שלוחו של הגבורה, ועל דרך שינה מדברת מתוך גרונו, כידוע דער סיפור פון די חסידים פון דעם צמח צדק בזה, וכמדובר כמה פעמים, און אנגענומען אויך בפשטות, אז מ'דארף דאס גאר ניט איבער'חזר'ן צוויי מאל, ס'איז גענוג מערניט אז מ'דערמאנט דאס, און ס'איז אין דערויף ניט שייך קיינע פקפוקים, און ס'איז מובן ופשוט גם אין נגלה דתורה, ועד כדי כך אז ס'ווערט אן עיקר בדעת, אז כל מה שתורה
- proofread
- 0