עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kgazjvyz

kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס אזוי איז אויך בנוגע צו צייט, געפינט מען זיך אין א ספעציעלן יאר און א ספעציעלן טאג, דארף מען דאך וויסן, אין צוגאב צו די אלגעמיינע ארדער, וואס האט מען ספעציעלע אנווייזונגען וועגן דעם יאר און וועגן דעם טאג, אדער דעם חודש און וואך, איז דאך ווי אלע ארדות בא אידן, נעמט מען זיך פון דעם ארדער-בוק, וואס דאס איז תורתנו הקדושה, תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, וואס דערפאר האט איר דאך אויך אנגעהויבן יעדער קענות און דעם קענות-כינוס מיט צוועלף פסוקים ומאמרי רז'ל, קומט אויך צו דער ספעציעלער אנזאג און ספעציעלע אנפיינגען מיט וועלכן מ'דארף אנפיינגען דעם כינוס לאחרי ההקדמה, כדי צו וויסן די ספעציעלע אויפמערקזאמקייט וואס מ'דארף געבן, אז דער יצר-הרע זאל זיך ניט קענען אריינמישן אין דער ספעציעלע אויפגבא, ווי מ'זעט דאך אויך ביים יצר, אז אין סוגב וואס זיין זאך איז דאך וואס ער וויל שטערן א אידן, אז א איד זאל זיך אויפפירן ווי איינער וואס געהערט צו דעם אויבערשטנ'ס ארמיי איז ספעציעל טוט אים וויי, און ספעציעל האט ער מלחמה, מיט די ספעציעלע שליחות און אויפגבה וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג. וואס דער טאג איז דאך דארף מען דאך אייך ניט ערקלערן, אז דאס איז ימי חג הסוכות, אבער אין ימי חג הסוכות איז דאך אויך דא מידי שנה בשנה יעדער יאר איז דא דער חג הסוכות מיט די זעלבע צאל טעג, מיט די דינים וכו,' און ווי ס'איז אויך געווען בנוגע צו עירי כינוסין, אז מ'האט זיך געטראפן צוזאמען סוכות פאראיארן און סוכות פאר צוויי יארן,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions