עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kf568f98

kind
paragraph
order
8S
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דערנאך מאכט מען מיט אים דעם חשבון, צי זיין מסב איז טאקע דומה צו אט דעם ענין האמור. וואס אט דעמאלט איז ער אליין אויף זיך אויפגענומען דעם פסק דין, וואס דערנאך קומט ער גאר ארויס, אז דאס איז א פסק דין בטוב הנראה והנגלה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך במיוחד, אין פרט נאך אז דאס איז פארבונדן מיט חודש טבת, וואס אין דערויף, כאמור, איז פארבונדן מיט עצם פון יעדער אידן, ומדובר בענין פון עשירי בטבת, אין סוגה וואס דאס איז אויך החודש העשירי, וואס עשירי יהי'קודש, און אין דערויף גופא קומט נאך צו בשנה זו, אז דאס איז די זעלבע קביעות ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, סיי די קביעות בקשר מיט יום בשבוע, און סיי אויך די קביעות בקשר מיט פרשת השבוע, וואס ווי דער אלטער רבי האט דאך אליין געזאגט דארף מען לעבן מיט דער צייט, על אחת כמה וכמה אז דאס איז בנוגע צו ענינים פארבונדן מיט אים אליין, ואין להאריך בדבר הכי פשוט.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions