עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-kf271r83

kind
paragraph
order
9I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תיבות, מיט כמה ימים וביניהם אויך דער ענין פון יום הכיפורים. און אויף די אלע ענינים זאגט מען והחי יתן אלא לבו ובלשון הרמב,"ם, כמבואר כמה פעמים, אז פון יעדער ענין אין תורה, בפרט פון הלכה שבתורה, איז דאס לישר הלבבות וכו,' און מיט די אלע לשונות ווי ער רעכנט אויס בספרו יד החזקה, וואס דאס איז א ספר הלכות הלכות, על אחת כמה וכמה אז דא רעדט זיך וועגן כללות ענין א הלכה, דער צד השוה שבכולם, וואס דאס איז לישר הלבבות, כמדובר כמה פעמים. און דערנאך הויבט זיך אן המעשה הוא העיקר, און וואס ס'איז ניט הויבט זיך אן, אז דאס איז דער סיום כל הענינים דארף דאס אראפגעבראכט ווערן בנוגע למעשה בפועל, און ווילבאלד אז התורה היא נצחית בנוגע למעשה בפועל ביום זה, בכל יום יוי וביניך כחדשים, ביז חדשים ממש, על אחת כמה וכמה אז ס'דארף דאך זיין חדשים ממש, ווען ס'רעדט זיך וועגן מעשה, וואס מעשה איז דאך יעדער מעשה בפני עצמה א מעשה, במילא אז ס'קומט א מעשה אף על פי וואס מ'האט געטאן די מעשה ריבוי פעמים לפני זה, איז דאך אט די מעשה ווערט געטאן מיט אן אנדער חפצא און דורך אן אנדער מענטשן וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז חדשים ממש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions