Paragraph
Paragraph rh-k9rbpdxb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ces4z15t
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז דאך פארשטאנדיק, אז ער ווערט דער אמת'ער באלעבאס על כל המציאות כולה, על אחת כמה וכמה אט דאס וואס מ'דארף אויפטאן בראש השנה, וכמדובר כמה פעמים, אז עיקר הדין בראש השנה איז גאר אויף דברים גשמיים, ווי ער ברענגט אויך אראפ אין ליקוטי תורה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דוקא אין די ענינים גשמיים איז דער איד א פולער באלעבאס, ואדרבא די גאנצע גשמיות פון דער גאנצער וועלט דארף מכיר תודה זיין צו א אידן, וואס דורך א אידן זיינען זיי געווארן א מציאות, און דאס וואס זיי זיינען א מציאות, און א מציאות אמיתית, איז דאס דוקא דורך דעם וואס זיי זיינען פארבונדן און זיי ווערן א מציאות פון אמיתית כל המציאות, ווי דאס שטייט וואס אידן מיטן אויבערשטן זיינען כולא חד, זיינען יעדער איד א מציאות אמיתית טוט דאס אויף דערנאך כל הנמצאים, במילא ווערט ער באלעבאס אויף כל הנמצאים, ואדרבא זיי דארפן אים מכיר תודה זיין, במילא זיינען זיי אים מכיר תודה, דורך דערויף וואס ער האט די הרחבה אין ענינים גשמיים, און הרחבה אין ענינים רוחניים, בכל-שכן וקל-וחומר, ובפשטות, אז מ'האט א שנה טובה ומסוקה מיט פכלית הרים, ריבוי, און תכלית סיי אין ריבוי אין כמות און סיי אין ריבוי אין אוכות, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך, כמדובר, אויך די שייכות פון ראש השנה, סיי פון דעם ענין פון יום הששי, סיי וואס דאס איז דער יום הששי פון פרשה נצבים וילך נצב מלך, סיי וואס דאס איז א יום הששי אין חודש אלול, וואס הויבט זיך אויך אן מיט אן אלף, וואס דער אלף דא, איז דאס דער ראשי-תיבות פון אני וואס דאס גייט דאך אויף יעדער אידן, וכמדובר לעיל בארוכה.
- proofread
- 0