Paragraph
Paragraph rh-k84ythka
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pp8heywx
- order
- mW
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אמאל זיין, אז דער וואס ער האט אים אויפגענומען אלס אן אורח, גיט ער אים ידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, אבער צולאזן אים אז ער זאל מאכן לעכער אין זיינע כסלים אדער מאכן לעכער אין זיינע טישן, איז אויב ס'איז ניטא קיין הכרוב פרעגט ער ביי אים וואס דארפסטו מאכן א לאך אין א טיש אדער אין א וואנט? קענסט דאס מאכן אויף א לייכטערן אופן, ס'זיין דער זעלבער ענין. און דאס איז בשעת ער וועט נעמען א צדקה-פושקע, אדער מאכן א צדקה פושקע פון א פאפירעניש, דאס קען ער מאכן אויף א לייכטן אופן פון די פאפיר הנמצא ברשותו, און וועט דאס מאכן אין א צורה פון א קופה של צדחה, וואס דאס קען טאן אפילו אזא וואס ער איז ניט קיין קונצן-מאכער אויף מאכן א דבר וואס דארף האבן אן אומן, דאס איז אן ענין וואס אפילו יעדערער קען דאס טאן, און מ'וועט נעמען אט די פושקע וואס ער וועט מאכן פון פאפיר, און וועט דאס צוקלעפן צו א דבר של בנין אין דעם חדר אין וועלכע ער שלאפט, אדער עסט, אדער ער נעכטיקט דארטן, אדער קומט אהינצו צוגיין, וואס דאס וועט אים יעדערער צולאזן, וויבאלד אז ער קלעפט דאס צו, און קלעפט דאס צו אין אזא אופן וואס ראש השנה און שבת טאר מען דאס ניט אפרייסן, ווערט דאס א חלק פון דעם בנין, און דערנאך, בשעת ער נעמט דאס דערנאך פון דארטן צו, ווארום ער פארט אוועק לביתו און נעמט דאס מיט לביתו, איז אט דעמאלט איז ניטא קיין היזק אין דעם כלי אדער אין די רהיטים, אין די מעבל, צו וועלכע ער האט דאס צוגעקלעפט, און בשעת מעשה כל זמן דאס איז דארטן איז דאס אן ענין של בנין.
- proofread
- 0