Paragraph
Paragraph rh-k3ksyvn8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-sydvrb8q
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- געהאט אין זיי צוטרוי, און האט זיי געגעבן ספעציעלע מיטלן און ספעציעלע רעסורסן, מערער ווי מ'גיט קעוואוינלעכע מענטשן, איז דאך פאסט א סימן, דעם אויבערשטנ'ס כוונה איז דאך זיכער לטובה, אז דער אויבערשטער זעט אין זיי די מעגלעכקייט, אז דאס וואס זיי באקומען מער ווי סתם א מענטש, א הצלחה מיוחדה, וועט דאס זיכער דערפון געטאן ווערן א זאך ס'איז גוט פאר דעם רבים, ביז פארן גאנצן אידישן פאלק, וואס דערפאר איז דאך אויך ווי די גמרא זאגט, אז רבי מכבד עשירים, דער וואס האט מייסד געווען און מסדר געווען די תורה שבעל פה, וואס זי הויבט זיך אן פאר די ששה סדרי משנה, האט ער ארויסגעוויזן ספעציעלן צוטרוי צו די וואס דער אויבערשטער האט זיי אנפארטרויט מיט די גשמיות דערווייז'דיקע מעגלעכקייטן. און איינער פון די טעמים איז, און דער הויבט א עם, וויבאלד אז דער אויבערשטער האט צו זיי צוטרוי, און גיט זיי ספעציעלע כשרונות און פייעקייטן, און גיט זיי אויך מעגלעכקייט אויף דורכפירן זייערע באטשלוסן, זייערע החלטות במילואם, אין דער פולסטר מאס איז א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער האט געוואלט דאס, כדי זיי זאלן נאכמער ד
- proofread
- 0