עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-k3h1rd5n

kind
paragraph
order
T3
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
די שמחת בית השואבה, און מזכן זיין אידן מיט דעם מבצע פון ד'מינים, וואס אויב ס'דארף זיין די השתדלות בזה בכל ימי החג, על אחת כמה וכמה אין דעם טאג פון חג, וואס דעמאלט איז כלשון העולם, וואס אפילו אט די וואס געפינען זיך אין עולם מלשון העלם והסתר, ווייסן זיי אויך, אז הושענא רבה איז פארבונדן מיט דעם ענין פון א פסקא באקומען א גוטן קוויטל אויף כל השנה כולה, און דאס הענגט אפ אן דעם טאג, ה'יומא דקגרים, און דערפאר זיינען זיי זיך משתדל, ניט קוקנדיק אויף די הנהגה אין די ימי הסוכה שלפני זה, אדער אפילו די הנהגה אין ימי ראש השנה, תחילת השנה און תחילת החודש שלפני זה, און ניט קוקנדיק אויף די הנהגה פון כל השנה כולה, ער דערוויסט זיך פון א לוח אדער כיוצא בזה, אז דאס איז א טאג פון הושענא רבי איז ער זיך משתדל בכל התלוי בו, אז ער זאל קענען אויספירן די אלע הוראות, במילא דארף ער פראווען די שמחת בית השואבה, און דארף מזכה זיין אידן במשך היום, לאחרי נץ החמה, אדער על כל פנים לאחרי עלות השחר,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions