עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-k1h62kmv

kind
paragraph
order
PM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון יום הרביעי, וואס דאס קומט גלייך נאך יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, און דערנאך האט מען די צדקה וואס איז פארבונדן אויך ווי חתן כלה איז דאך אויך כמנהג ישראל, אז סיי דער חתן און סיי די כלה, וואס דער וואס איז דאך נסעת ליום הרביעי, איז דאך קודם הנישואין איז מען מוסיף אין צדקה אין תורה ומצוותי'בכלל, און אויך אין נתינת צדקה כמנהג ישראל ההילך ומתפשט. און דאס איז מזרז נאכמערער און מקרב נאכמערער די צדקה פון דעם אויבערשטן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, אז דער אויבערשטער פראוועט זיין חתונה מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, נישואין ממש, לאחרי די אירוסין וואס ס'איז געווען בשעת יציאת מצרים און דערנאך אין מתן-תורה, ווערט דערנאך די נישואין ותיכף ומיד ממש, און דאס ווערט נישואין נצחיים, און נישואין נצחיים ביז וואנענט והיו לבשר אחד כפירוש מובא בספרים, אז יעדער איד, ובפרט נאך אז צוויי אידן קלייבן זיך צוזאמען, מוזן זיי ברענגען און אויפטאן אז ס'זאל צוקומען נאך א דריטער איד, וואס ער זאל האבן א טובה פון זייער צוזאמענטרעפן זיך, כמדובר כמה פעמים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions