עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-k1bfev14

kind
paragraph
order
5
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מדוברש וועט מען מצליח זיין ס'זאל זיין ברכת השנים לטובה ולברכה, ווי דער רבי און דער שווער דער רבי'ן נשיא דורינו האט געזאגט, אז דאס איז ממשיך אין ברכת השנים, און ס'איז נוגע צו ד'מינים פון סוכות, און אויך אמאל דערמאנט מען אויך שמורה בנוגע צו קמחה און בנוגע צו מצות השמורה לחג הפסח, ובדרך ממילא ווערט אויך נמשך, ביתר שאת ויתר עוז איז נאך מערער פון דעם חתימה וגמר חתימה טובה, בגל הברכות והשפעאות הגשמיות, וויבאלד אז זיי זיינען דא בלאו הכי איז קומט נאך צו אין דערויף וויבאלד אז ס'קומט-צו אין די ענינים במצוה שבזה, וואס דאס איז די ד'מינים פון סוכות, און אויך שמורה פון פסח, כאמור, און דאס זאל אויך ממשיך זיין כל ההמשכות והשפעות, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, בכל השנה כולה, ועד לענין העיקר, וועט זיין א שנת גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש, און מ'וועט מקיים-זיין ונתנה הארץ יבולה ועץ השדה תדרין פריא מיט אלע דרשות חזל בזה, צוזאמען מיט ונתתי גשמיכים בעתם בשם הבעל שם טוב טייטשט מען דאס אפ, אז די גשמיות וועט אויך זיין בעתם, סיי בעתם פון די גשמיות סיי בעתם פון למעלה, ווערט דאס איין און איינציקער אות, וויבאלד אז דאס איז אן אות רצון, ויתרותא דלילא, און ווי מ'זאגט אין דער סדרה, אז ווי כנסת ישראל בעט גיט דער אויבערשטער כטל מאות הוי און דאס זאל אויך ממשיך זיין בכל הענינים. וכאמור, בענין העיקר, גאולה האמיתית והשלימה, במהרה בימינו ממש, און ממשיך זיין שמחת בית השואבה, און די שמחת תורה, און לפני זה שמחת פון שמיני עצרת, און אויך די שמחה פון ימים הראשונים פון סוכות, וויבאלד אז ס'איז נאך ניט אראפ דער בית המקדש העליון פראווענט מען דאך שמחת
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions