Paragraph
Paragraph rh-jztdtg87
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xg7srbym
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דאס נעמט גאנץ חודש אדר, אז דאס איז א חודש וואס ווערט אנגערופן א חודש של שמחה, און וואס נאך מערער, אז דאס איז א חודש אשר נפח להם לששון ולשמחה, אז ער קערט-איבער יעדער זאך וואס קען שטערן אז די שמחה זאל ניט זיין מיטן גאנצן שטורעם אדער דער ששון, איז דער חודש האט אין זיך די תכונה און די סגולה דעם אויבערשטנ'ס ברכה, אז יעדער טאג פארבונדן מיט דעם חודש איז מבטל און איז די אלע זאכן וואס זיי קענען שטערן צו זאכן של שמחה, על אחת כמה וכמה שטערן צו זאכן וואס א סאלדזשער, א אידישער סאלדזשער, ווערט דאס ביי אים זיין ארדער, און בפרט נאך אז דאס ווערט זיין ארדער פון דעם גאנצן יאר פון שנת העיבור, איז ניט נאר אז די זאכן שטערן אים ניט, נאר ער געפינט אלס א קלוגער קינד, אן עצה, אז פון די זאכן גופא זאל ווערן ונהפוך הוא, און ס'ווערט דער נהפוך אז ס'ווערט לששון ון שמחה, און ווי מ'זאגט, בצוזאמענהיינג מיט אדר, אז לגודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר און מ'איז גלייך ממשיך כן תהי'לנו אזוי ווערט אויך נמשך בא יעדער אידן, און ס'ווערט נמשך אין יעדן טאג פון א גאנץ יאר, ניט נאר אין חודש אדר, נאר פונקט ווי געזאגט פריער, אז חודש אדר מאכט דעם גאנצן יאר פאר א חודש העיבור-אזוי מאכט ער אויך יעדן טאג דערפון פאר א יום העיבור, און ער גיט צו נאכמערער כחות און נאכמערע ברכות און נאכמערער חידוש, א באנייטע פריילעכקייט און א באנייטן חיות און באנייטע ברכות פון דעם אויבערשטן, און מ'נעמט דאס דערנאך מיט אויף אלע טעג פון דעם גאנצן יאר על שנת העיבור, ספעציעל נאך אז מ'קומט פער יאר דעם שנת העיבור האט דאך אין זיך אויסגעטיילטקייט פון אלע שנות העיבור, וואס ער קומט אלס א המשך, אלס א פארטזעצונג, פון א שנת תסמח און תסמח און הקהל, האט מען אויך אין זיך
- proofread
- 0