Paragraph
Paragraph rh-jvxa2xc7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- qo
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צוזאמענגענומען אין א קורצן לשון פארבונדן מיט מעשה בפועל איז דאס אויסגעדריק געווארן אין שולחן-ערוך בכלל און אין שולחן-ערוך פון דעם אלטן רבי'ן במיוחד, וואס ס'האט דאך אויך די הלכות שבת און הלכות ראש השנה אף על פי וואס ס'איז דאך דא כמה סימנים אין שולחן-ערוך וואס זיינען צו אונז ניט דערגאנגען, אבער הלכות שבת און הלכות ראש השנה האבן מיר זיך אויך באקומען, און באקומען דאס אין א גוטן סגנון, אין א לשון קצרה וברורה אז ס'זאל זיין נאך לייכטער אויף דאס דורכפירן הלכות שבת בשבת און הלכות ראש השנה בראש השנה, און אזוי אויך פון הלכות שבת לערנט מען דאך אויך אפ, ווי דערמאנט פריער, ווי אזוי מ'קען מאכן שבת'דיק די אלע זעקס טעג וואס קומען לאחרי זה, און פון הלכות ראש-השנה לערנט מען אויך אפ אין וואס מ'דארף איינווירקן אויף דעם גאנצן יאר וואס קומט און הויבט זיך אן פון ראש-השנה, אז אין דעם גאנצן יאר זאל זיין ניכר, אז דאס איז א יאר וואס אין דעם אנהויבס פון יאר האט מען געמאכט אלע גוטע החלטות טובות,
- proofread
- 0