Paragraph
Paragraph rh-jtdeamrg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kwm01nc3
- order
- 28
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'קלייבט זיך אלעמאל צוזאמען, איז דאך דא מערערע זאכן וועגן וועלכע מ'דארף זיך דורכרעדן, ס'איז דאך אבער אלעמאל קלייבט מען אויס אזא זאך וואס פארנעמט א צענטראלן ארט, במילא איז דאס דער עיקר נוגע, און דאס האט אויך א השפעה, דאס מאכט אויך העכער און בעסערדי באציאונג צו די אנדערע זאכן אין וועלכע מ'רעדט נאך דערויף. און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז די אלע זאכן, ובפרט נאך די ערשטע זאך, דארף האבן א ספעציעלע פארבינדונג מיט צבאות השם, און מיט די וואס האבן זיך דא צוזאמענגעקליבן, וואס זיי ווערן דאך אנגערופן צבאות השם דערפאר וואס זיי אין זייער טאג-טעגלעכן לעבן, דארף מען באווייזן א ביישפיל, און יעדערער פון זיי טוט וואס ער קען, אז ער זאל באווייזן דעם ביישפיל ווי ס'דארף זיך אויפפירן א איד, און א קינד א אידישער, וואס געהערט צו דעם אויבערשטנ'ס צבא, צו דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, וואס ארמיי באשטייט דאך פון מערערע מענטשן, וואס זיי זיינען צוזאמענגעקליבן געווארןפון פארשידענע ערטער, און מ'קלייבט זיי צוזאמען און מ'רופט זיי צוזאמען צוליב דעם איין און איינציקן צוועק, אז זיי זאלן זיך איבערגעבן צו דעם אויבערשטן, צו דעם קאמאנדירי'ס שיף, און אויספירן זיינע שליחות, און דורכפירן די זאכן וואס ער וויל דורכפירן ארום זיך זאלן זיי זיין די אויסגעקליבענע שלוחים מיט מסירת-נפש, מיט איבערגעגעבנהייט, טוען זיי זאגן זיי דאך אפ פון פארשידענע קלייניקע זאכן און פארשידענע זאכן פארבונדן מערניט ווי מיט דער אייגענער הנאה אדער מיט די אייגענעתועלת נוצן, און מ'גיט זיך איבער אויף דורכפירן דעם רצון און די פקודה און די אנווייזונג פון דעם וואס זיי געהערן צו זיין ארמיי, וואס דאס איז צבאות השם, און וואס האט אויפדערציילט וועגן זיינע אנווייזונגען, וואס ער וויל מ'זאל טאן, ובמיוחד, וואס ער וויל אז זיי זאלןאן די וואס ער האט זיי אויסגעקליבן און זיי זיינען אריין אין זיין ארמי, אזוי אויך וועט מען אויסקלייבן א זאך וואס געהערט ספעציעל צום איצטריקן צייט, און צום איצטע היינטיקן יאר און צו דעם יום-טוב, ווי מ'זעט דאך אויך ביי אן ארמי, אז זי האט פארשידענע זאכן וואס זי דארף דורכפירן במשך פון דעם יאר,
- proofread
- 0