Paragraph
Paragraph rh-jrww1ps1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8c9hgq2e
- order
- t6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דערנאך קומט אויך נאך צו א ריבוי שנים, אויך בגשמיות כפשוטם, כמוזכר לעיל אז ס'קומט-צו נאך א שלימות אויף נאך א שלימות, וואס די שלימות'ן וואס קומען לאחרי זה זיינען געבויט אויף די שלימות'ן שלפני זה, ואדרבא דורך זיי קומט נאך צו נאך א שלימות אין די שלימות הבאה לאחרי זה, און דאס איז נאכמערער מוסיף אין ריבוי שנים גשמיים, נשמות בגופים, אן קיין הפסק בינתיים, מערניט ווי דער הפסק על דרך פון שבע יפול צדיק וכם אז דאס איז אן ענין בדוגמא פון דעם עמוד שבין לימוד אחד לשני, אז דאס איז ביחד א נשמה בגוף, און ער שטייגט אלץ העכער און העכער, ס'איז מערניט וואס ער איז סוסר הסברה וואס ער האט געהאט פון פריער, אנגערופן נפל ממדריגתו פון זיין סברא, וואס ער האט אויפגעטאן ער אליין לפני זה, און דערנאך האט ער געפונען א העכערע סברא, במילא האט ער אויף דערויף א קשיא, כמסופר דסיפור בנוגע צום בעל שם טוב, וואס ווערן ווערט דאך אנגערופן בשם ישראל על שם דעם וואס ס'איז דא דער ניצוץ שלו, בדוגמא ווי דער ניצוץ פון משיח'ן בכל אחד ואחת מישראל, האנשים והנשים והטף, און ס'ווערט אין אן אופן אז ישראל הוא און ישראל חי און יעקב אבינו לא מתה, כמדובר לעיל בארוכה, ביז אז ס'ווערט א המשך נשמות בגופים, כמדובר, און דאס וואס מ'דארף בויען אן עין בנין בויט מען דאס די זעלבע נשמה און דער זעלבער גוף, ס'איז מערניט וואס ער קומט-צו דורך דערגרייכן א העכערע הבנה והשגה אין חכמת התורה, במילא מוז דאס געבויט ווערן דורך דער סתירה פון די סברות שלפני זה, ווערט דאס דער ענין אז דאס איז נפל מסברתו, אבער דאס איז ניט א נפילה אמיתית, דאס איז מערניט ווי דוגמת האבן שבין גן עדן לחבירו, וואס דער עמוד גייט ממטה למעלה, על דרך זה אויך בהנוגע צו די נפילה, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז די עליה מסברתו
- proofread
- 0