עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

17 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי אזוי ס'איז דאך הויבט זיך דאך אן כ'פ תיבות, וואס כמוזכר אין דעם שבת שמיני מתברכן כולו יומא אויך דער טאג פון כ'פ תיבות האט מען שוין דעמאלט דערמאנט, אז דאס איז דער יום הילולא דער יארצייט פון דעם רמב,"ם, און וואס ווי ס'שטייט אין זיינע דברי הימים איז געווען ימי חייו עלי אדמות שבעים שנה, וואס דאס באווייזט דאך אויך, אויף אן ענין של שלימות, ימי שנותינו בהם שבעים שנה, וכמבואר בכמה מקומות, און אויך מוזכר כמה פעמים, אז דער אויבערשטער בענטשט דאך אידן מיט א סך אריכות ימים ושנים טובות, א סך מערער ווי שבעים שנה, איז קומט דאס צו נאך א שלימות, א באזונדער שלימות און א באזונדער סוג און א באזונדער אופן, וואס דאס וואס ס'איז דא די שבעים שנה איז דאס א סדר שלם פון שבעת המדות, וואס יעדערער פון זיי איז כלול מהשרה, ווי מ'זאגט דאס אויך אין ספירת העומר, און דערנאך אויך אין ספירת העומר בנוגע צו שבעה, און דערפון לערנט מען אויך אפ א נוגע נאכמער שלימות אין דעם, ווי יעדערער פון זיי איז כלול מעשרה, און דערנאך קומט אויך צו שלימות על השלימות, און ווי מ'געפינט זיך אויך אז בא די אבות פון כל עמנו בני ישראל, סיי אברהם און סיי יצחק און סיי יעקב, איז דאך יעדערער פון זיי האט דאך געלעבט א ריבוי שנים בכמות, נוסף על ריבוי שנים באיכות על מספר פון שבעים שנה, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז בשעת דוד האט געזאגט וועגן ימי שנותינו והם שבעים שנה האט ער דאך זיכער געמיינט יעדער אידן און אלע אידן, על אחת כמה וכמה דאבות, און אין דערויף איז ניטא קיין סתירה, כמדובר, אז דאס האט ניט קיין שייכות צו שנים גשמיים. דאס האט יא א שייכות אין דעם פרט, אז

2די שבעים שנה בגשמיות שפיגלענען זיך אפ אויך די שלימות פון שבעים שנה אין די עבודה רוחנית, וכמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר איז דאך אויך קיין סתירה ניט וואס מ'זאגט אז משנותינו בהם שבעים שנה גייט דאס לאו דוקא גאר אויף אידן, נאר ס'איז גאר אויף ניט-אידן אויך, כמבואר אויך אין ספרו הרפואה והטבע וכיוצא בזה, געמאכט און האבן אויף זיך די סמיכות פון גדולי ישראל, אז מ'קען זיך אויף זיי פארלאזן. נאר דאס איז, וואס פונקט אזוי ווי ביי א מענטשן בכלל, און ביי א אידן בפרט, איז דאך דא ווען ביי אים ענדיקט זיך די שנות פון חינוך, און ס'הויבט זיך דערנאך אן בי י'ג'שנה אדער י'ב'שנה, בנוגע צו א נקבה לאחרי י'ג'אדער י'ב'שנה, און דערנאך הויבט זיך אן א סדר ביז בן עשרים לכח, און דערנאך הויבט זיך אן א סדר פון בן שלשים ובן חמישים ביז בן מאה וכו,' און דערנאך קומט ערשט דער סדר, בן מאה ועשרים שנה, און ווי בא די אבות איז געווען, אז בא יעדערער פון זיי, וואס מעשה אבות ימי לבנים איז יעדערער פון זיי האט געהאט שלא בערך מערער פון מאה ועשרים שנה, על אחת כמה וכמה פון שבעים שנה, וכמדובר שוין כמה פעמים בארוכה.

3וכמדובר, ווי מ'זעט דאס אויך ביי א איש פרטי, ולאו דוקא ביי א אידן, אז בשעת ענדיקט זיך ביי אים א שלימות בענין אחד בחייו, אפילו א שלימות וואס איז גאר פארבונדן מיט רוחניות, איז דאס ניט קיין סתירה אז דערנאך איז דאך מאריך ימים ושנים טובות, דו וסט פארענדיקן לי חנה הומה, אז דערנאך הויבט זיך אן ווייטער א סדר לאחרי ובהוספה אויף דעם סדר און די שלימות וואס ער האט געהאט פון פריער, ואדרבא א שלימות נוספת, וויבאלד אז דאס איז ביים זעלבן מענטשן, על אחת כמה וכמה ביי א אידן, וואס א איד דארף דאך האבן אין זיך התכלהות, און וועט אויף האבן א פעולה נמשכת ופועלת אויף להבא, על אחת כמה וכמה אז זי דארף מוסיף שלימה זיין אין דעם עבר, על אחת כמה וכמה אז ס'איז אויך דער זמן גרמא, אז מ'געפינט זיך אין א שנה מלאה, אין א שנה תמימה, אין שנת העיבור, וכמדובר כמה פעמים במשך השבועות האחרונות.

4וואס על דרך זה אויך איז בנוגע צום רמב",ם, אז אף על פי וואס ס'איז געווען לכאורה מערניט ווי שבעים שנה בגשמיות, איז דאך ווי ער זאגט אין ירושלמי בנוגע צו ר'און ר'בי און, אז ער האט אויפגעטאן אין די מספר שנים קצרים בגשמיות, מערער ווי אן אנדערער טוט-אויף אין א סך שנים לאחרי זה, אין א שנים מערער וויפל ער האט געהאט, און דערפון אויך פארשטאנדיק, אז אט די וואס האבן לאחרי שבעים שנה א ריבוי שנים לאחרי זה האבן זיי די שלימות פון שבעים שנה, און דערנאך איז מען מוסיף נאך א שלימות אין אן אנדער ענין, און די שלימות איז אויך מוסיף א שלימות אין די שלימות פון שבעים שנה על שבעים שנה, און ווי מ'זעט דאס בכלל אין אסתכל באורייתא, אז ווי אזוי איז דאך אויך אין תורה, אז בשעת מ'לערנט אפ כל המקרא כולה, און דערנאך לערנט מען אפ כל הנביאים כולם, און דערנאך כל הכתובים כולם, און דערנאך אין תורה שבעל פה די אלע-רעי התחלקויות, האט מען די שלימות אין תורה-שבכתב על ידי לימוד פון חמשה חומשי תורה, דערנאך האט מען א באזונדער שלימות לימוד נביאים, בפרט נאך ווי די גמרא איז גאר מסביר, אז ס'איז גאר א נפקא מינה להלכה, ביז אין הלכות קידושין, אז מקדש את האשה על מנת שאני כראי אז ער איז א בקר אין מקרא, אדער א בקר אין נביאים, אדער א בקר אין כתובים וכיוצא בזה, וואס דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו שאר חלקי התורה, און דערפון אויך פארשטאנדיק, אז ס'ווערט אזוי אויך נשתלשל אין עניני העולם, אז אין עולם איז דאך אויך דא השתלשלות א עילה ועלה און ענינים וואס זיי קומען אלס א סיבה ומסיבה ומסובב וכו וואס אין דערויף איז אויך דא א שלימות אין איין ענין, און דערנאך א שלימות אין א צווייטן ענין אדער א דריטן ענין, און דערנאך איז דא ווי די שלימות קומט-צו

5אין אלע ענינים, דורך דערויף וואס ס'קומט צו א שלימות אין אן ענין חדש, וכמדובר כמה פעמים על דרך זה. אף על פי כן איז דאך דאס ניט גורע כלל וכלל, אז מ'זעט אויך בגלוי דעם מספר פון שבעים שנה, און מ'לערנט דערפון אויך אפ די שלימות פון דעם אדם במיוחד, אז ביי אים איז די שלימות פארבונדן מיט שבעים שנה בתכלית וכו,' וכמדובר כמה פעמים. בימי'ווערט אויך דער החי יתנו לבו, אז מ'לערנט דאך פון דעם רמב,"ם, און כמדובר כמה פעמים, אז מ'לערנט פון א אידן, און בפרט נאך פון א גדול בישראל, על אחת כמה וכמה אז אזוי איז גאר לויט תורת הבעל שם טוב, אז מ'לערנט-אפ פון יעדער זאך וואס מ'זעט בלמות של הקב,"ה, בנוגע צו חי יתנו לבו אין עבודת הוי אין אני נבראתי לשמשה את קוני על דרך זה אויך, אז מ'לערנט דעם רמב דארף מען דאך לערנען נאך מערער ווי מ'לערנט וועגן מספר ימי שני חייו, אדער כיוצא בזה, מ'לערנט דאך דער עיקר גאר זיינע ספרים, און אין די ספרים גופא איז דאך אויך דא מדרגא לדרגא, ווי מ'לערנט זיי דעם ערשטן מאל, און דערנאך לאפשר לה אז מ'לערנט זיי דעם צווייטן

6מחזיר קומט צו א נייע לימוד, ביז אויך א נייע לימוד אין יסוד היסודות ועמוד החכמות, כמוזכר לעיל. און אף על פי כן זעט מען דאך אויך מנהגים של ישראל תורה הוא אז מ'הויבט אן נאכאמאל א מחזיר חדש, וואס אף על פי וואס דאס איז נאכאמאל, און מ'האט שוין געלערנט שוין כמה פעמים לפני זה, איז דאך לכאורה איז דאס אן איבערגעלערנט זאגט מען אויף דערויף, אז ס'איז ניט נאר כך חדשים נאר ס'איז אויך חדשים, און דאס ווערט חדשים על פי תורת אמת, ביז וואנענט אז ס'ווערט באמיתיות אין סברות חדשות, ביז אין אן אופן פון אין ערוך, כאילו ווי ער וואלט דעם ערשטן מאל געזען אט דעם לשון און די הלכה, און מיט די פרטי ההלכה, און במילא איז אים צוגעקומען א דבר חדש, וואס ביז איצטער איז דאס ניט געווען, על דרך ווי אינגאנצן לימוד הרמב״ם קומט צו דער ענין פון יסוד היסודות ועמוד החכמות. איז דאך דא אויך א לימוד מיוחד בקשר מיט א יארצייט, מיט קשר מיט יומי ההילולא, ובפרט נאך פון אן אדם השלם, ביז וואנענט אז די שלימות דריקט זיך אויך אויס אין מספר שנים גשמיים, אז דאס איז שבעים שנה.

7וכמוזכר לעיל, איז דאך פארשטאנדיק, אז אט דא לערנט מען אויך אפ במיוחד פון דעם ענין פון א יארצייט, יום ההילולא, און דאס איז דאך לכל לראש וואו דארף מען זוכן א ביאור אויף דעם? דארף מען זוכן אין רמב״ם גופו, און בספרו פון יד החזקה אין משנה תורה, וואס דאס איז כולל כל התורה כולה, איז אויך ווי געהערט פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, וואס אים אמאל איז געקומען רעדן מיט א גדול בנגלה, און ער האט אים אויפגעטאן, כמדובר כמה פעמים, אז דער גדול האט דוקא דעם ענין אין רמב״ם אין יד החזקה ניט געלערנט, און ער האט דאס אים מגלה געווען על ידי שאלה וואס איז דער ענין פון עבילות וואס דאס איז דאך אויך כולל דער ענין פון יארצייט, על דרך זה אויך דער סיום פון אמירת קדיש וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך אויך א טייל פון עבילות איין סדר, און דערנאך הויבט זיך אן א צווייטער סדר, צום יארצייט ולאחרי זה בפעם השני וואס בא יעדער ענין פון אמירת קדיש, איז דאך ווי געבראכט אין חסידות פון קבלה, איז יעדער ענין פון קדיש איז דעמאלט די עליית הנשמה, ביז אין אן אופן הכי נעלה, עד כדי כך, אז בא אמירת קדיש במשך התפילה בכל יום איז אויך דעמאלט די עליית וואס איז פארבונדן מיט דער אמירה אויך אין אן אופן חדש ומחודש, ביז אין אן אופן באין ערוך, ובפרט נאך ווען דאס איז א קדישא לום וכו'וכו.' וואס ער זאגט דער רמב״ם, כמדובר, וואס דער שווער האט דאס איבערגעזאגט דעמאלט, אז דער רמב״ם זאגט אין הלכות עבל, אז ס'האט אין זיך די צוויי ענינים וואס איז דאס אין עבודת האדם? איז דאס מדרכי התשובה, און אין וואס באשטייט די פעולת האדם? איז דאס אן ענין פון עבילות, און אן ענין וואס יפשפש במעשה, וואס דאס איז דער ענין פון דרכי התשובה. און פארבונדן אויך ווי ס'איז דאך יעדער מצוה, אפילו מצוה שמדברי סופרים,

8וואס איינע פון זיי איז דאך אויך דער ענין פון ניחון מעבילין והקשור בזה זאגט דער רמב בם, בנוגע צו ניחון מעבילין וקדמה זה בענין פון עבילות, אז דאס איז דער ענין פון א כלל, טאקע א פרט, מדברי סופרים איז דער מצוה מן התורה, וואס דאס איז די מצוה פון ואהבת רעך כמוך וואס דאס איז כלל גדול בתורה, ביז וואנענט אז דאס איז פירושה זייל גמור, ביז וואנענט אז ידעך איז פירושה הוא ווערט דאס גאר א פירוש אויף די כל הענינים כולם דער כלל דער ענין פון ואהבת לרעך כמוך, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'איז א פרט פון דעם כלל, מוז אויך דער פרט האבן אין זיך א דבר מיוחד, אז דאס איז פארבונדן מיט כל התורה כולה. וואס דאס איז, כאמור, די ביידע ענינים וואס מ'האט דערביי, אז דאס איז טאקע א מצוה מדברי סופרים ביחד עם זה איז דאס א פרט פון דער מצות-עשה מן התורה, און א מצות-עשה וואס זי איז כלל כל התורה כולה, ואהבת לרעך כמוך און דערנאך ווערט דאס נמשך אויך אין זה אויך אין דעם פרט, בפרט נאך, אז דערנאך ווערט דאס נמשך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט מצות הצדקה, וואס צדקה האט דאך אין זיך דעם ענין אז זי איז מפרט, וביחד עם זה איז זי מקרב ומאחד פרטים, ביז פרטים הפכים, ווי ענני מיט א בעל הבית, און ווי א מקבל מיט אן אויסנוג, כמדובר כמה פעמים, וואס על דרך זה איז אויך בנוגע לעניננו, אז מ'האט אויך אין דערויף באטראכטנדיק אז דאס איז דער יארצייט פון דעם רמב,"ם איז דער רמב,"ם אליין מפרש, אז דאס איז אן ענין פון מצות מדברי סופרים, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט ניחון מעבלים איז יעדער ענין פון ניחון מעבלים איז א מצוה מדברי סופרים, אויך פרטים שבדבר, על דרך זה אויך א יארצייט, און דערנאך ווערט דאס אויך א המשך און א פרט, און פארבונדן אויך

9מיט א מצוה מן התורה. און ווי גערעדט אמאל בארוכה, אז ס'איז דא די צוויי שיטות, אדער די צוויי סגנונים, וואס איז דער יחס פון מצוה מדברי סופרים און מצוה מן התורה, ס'איז דאך דא דער ציווי פון לא תגרעו און אויך לא תוסיפו אויך די סגנון ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, און ווי דער רמב'ם ברענגט אראפ בנוגע צו די שבע מצוות, צו די שבע מצוות דרבנן, וואס די רבנן האבן ניט געזאגט אז דאס איז נאך א מצוה, און זיי האבן געזאגט, אז אין דער מצוה וואס ס'איז דא מן התורה קומט דערביי צו, וכמדובר בארוכה, אין די התוועדות שלפני זה, וואס דארט איז דאך אויך דא כמה ענינים וואס מ'קען פון זיי אויך מאכן בנוגע צו א סיום, אויך צו דעם ויקו נעוק, ובפרט נאך, אז א טאג פון א יאר-טייל זאל מען מאכן א סיום, און אויך א התחלה, וואס דעמאלט איז דאך מתאים ליום זה דער סיום פון ספר הרמב,"ם, בפרט נאך אויך כמוזכר, מ'מאכט דאך אויך היינט ביינאכט, און אויך בשאר המדינות ביום זה, אדער בימים הסמוכים לזה לפניהם, ובעיקר לאחריהם, כמוזכר לעיל.

10וואס דער סיום איז דאך אויך כמים לים מכסים וואס דער דין על פי תורה איז, אז בשעת ס'איז דא דער מים שאין להם סוף אט דעמאלט ווערט דער ענין בטל מן העולם, ביז וואנענט אז ער רעכנט זיך אין א העכערן עולם, וואס דערפאר איז דאס גאר מאטער בנוגע צו אגונה וכו כמדובר כמה פעמים. על דרך זה אויך, אז כמים לים מכסים איז דאך אויך פארבונדן אז דאס מאכט איבער פון א נברא פון עלמא דיתגליא, ברואים שביבשה מאכט דאס ברואים שבים, אט דאס שטעלט זיך זיי אין א העכערן אופן, ווי די גמרא זאגט אין סוף מסכתא ברכות, אז ברואים שביבשה זיינען זיי בטלים במקום חיותם, וואס דערפאר זיינען דאך אידן מיט תורה געגליכן, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויף דערויף די דוגמא, אז דאס איז די דוגמא פון דגים שבים, וואס זיי זיינען חי בכל חייתם, און מיטן גאנצן שטורעם און מיט א חיות גדולה, ביז וואנענט ווי די גמרא זאגט אין בבא בתרא, אז דער ענין פון לבייתם וואס א נברא שבים-אז ער איז מקיף כל העולם כולו, וואס דער העולם כולו גאר בעיקר דער ענין פון מתן-תורה און דער ענין פון הר סיני און דער ענין פון בית-המקדש און דער ענין פון ארץ-ישראל בכלל, וואס כל ענינים אלו זיינען גאר ענינים דוקא שביבשה. און דערנאך זאגט מען, אז דאס ווערט מוקף על ידי לוייתן, וכמוזכר לעיל בארוכה אין דער סוגיא הידועה אין בבא בתרא, וכמוזכר פעמים וואס ער זאגט אין זהר, ובעיקר ובקבלה, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז בדוגמא פון די ג'בבות וואס איז דא בכל העולם כולו, בדוגמא פון מקדש ראשון און מקדש שני און מקדש שלישי, וואס דאס איז מקדש אדנ'כוננו ידיך א בנין נצחי, וואס על דרך זה אויך איז אסתכל באורייתא שפיגלט זיך דאך

11אפ אין תורה, אין די ג'בבות, וואס זיי זיינען מתקן כל דבר בלתי רצוי, אנהויבנדיק פון די ארבעה אבות שאינם רצויים, און מ'מאכט פון זיי, אז ס'זאל ווערן א בנין מסוקן און א בנין שלום מיט כל הפירושים וואס ס'איז דא אין שלימות, ביז וואנענט ווי דאס שפיגלט זיך אויך אפ אין שלימות עצמו, ושבעולם, וואס דאס איז דאך די שלימות דירתו של הקב,"ה? איז דאס מקדש ראשון ומקדש שני ומקדש שלישי, און וואס די מקדש ראשון ומקדש שני ווערן אנגערופן בשם משכן משכן משכן משכן העדות צוויי מאל משכן, ווי רש'י טייטשט דאס אפ, אז מ'האט געגעבן צוויי משכנות, און דערנאך א משכן איז דאך, אז מ'קערט אים אום דערנאך גאנצערהייט, אבער דורך דערויף וואס ער איז געווען ברשותו של בעל הבי ושל העולם, במשך ריבוי זמן, ווערט ער משכן נאך טייערער און נאך העכער בכל הענינים פון שלימות שבדבר, על אחת כמה וכמה אז זיי ווערן נתאחד די ביידע משכנות מיטן משכן השלישי, ווערט כמדובר, אז משכן דארף מען אומקערן גאנצערהייט, על אחת כמה וכמה אז ס'קען ניט זיין קיין היפך החיות, און דערנאך זאגט מען, אז מ'האט אלע דריי משכנות ביחד, אין דעם מקדש אדנ כוננו ידיך האט מען וועגן דערויף אנגעזאגט בהשירת הים, מ'האט דערביי אויך אנגעזאגט אין דעם זעלבן ציווי פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם איז כולל אין זיך אלע בתי-מקדשות, כמוזכר כמה פעמים, און ווי אויך פארשטאנדיק אין רמב ם גופא פון הלכות בית הבחירה, בתחילתם. און יהי רצון, כמדובר, אז מ'וועט זיך מסיים-זיין ענין הצדקה, און דערנאך וועט זיך יעדערער נאכמער מוסיף חיל-זיין אין אליין לערנען שיעורים ברמב",ם וכמוזכר לעיל, צוזאמען מיט א ריבוי מישראל וואס זיי לערנען מיטן שיעור פון ג'פרקים

12ליום, בדוגמא ווי די ג'בתי מקדשות, און דאס איז אויך דערנאך מסיים לפי ערך מידי שנה בשנה, על דרך ווי תורת משה, וואס אף על פי וואס ס'איז דא כמה מנהגות, איז דאך דער מנהג וואס איז נקבע געווארן איז דאך מידי שנה בשנה און דערנאך מאכט מען א שמחה לגמרה של תורה, שמחת תורה, וואס על דרך זה אויך מאכט מען דאך אויך שמחות לגמרה של משנה תורה, וואס ווי ער זאגט אין דער הקדמה קומט דאס אלס א משנה צו תורת משה בן אמרם קומט דערנאך דער משנה תורה פון משה בן מיימון הספרדי, כמוזכר כמה פעמים בארוכה. וואס אט דאס איז אויך, כמדובר, אויך וואס מ'איז דאס מצרף אויך צו מאכן א סיום, און פארבינדן דאס אויך מיט אן ענין אין נגלה, כמוזכר לעיל, די ביידע ענינים פון כמר מיד לי און כטיפה מן הים אין תחילת הרמב בם, און דערנאך די ענינים וואס אין סוף הרמב בם, וואס ער זאגט דארטן בנוגע צו א בן-נח, און וואס הי'לא ללמוד ולא לומד איז דאס ביי אים קיין שוגג ניט, וכמוזכר לעיל אויך בארוכה די נקודות שבדבר, וואס יש לצרף מכל זה דער צירוף פון סוף הרמב",ם און תחילת הרמב",ם ועוד והוא העיקר אויף מצרף זיין, אז ס'זאל זיין בלי אשר ימצא ראש וסוף במילא הויבט מען אן לערנען אין א נייעם אופן, וויבאלד ער דארף האבן א נייעם ראש און א נייעם סוף, ביז וואנענט אז דאס ווערט שלא בערך פון דעם ראש וסוף שלפני זה, דערפאר וואס ס'דארף דאך זיין געדענקען כל התורה כולה, במילא על אחת כמה וכמה, מ'האט געלערנט כמה פעמים, און מ'קען זיך ניט בויען א שלימות אין קדושה אז דאס איז פארבונדן דוקא מיט היפך השלימות לפני זה, מוז מען דאך זאגן, אז ס'איז דא די אפשריות פון שלימות, ואדרבא דער עיקר השלימות איז, אז דאס איז דוקא לאחרי ווי מ'האט די שלימות אין דעם לימוד שלפני זה, וואס דער לימוד שלפני זה איז מכריח, אז ס'מוז זיין דוקא א התחלה, און דערנאך דארף זיין א המשך,

13און דערנאך דארף זיין א סיום, ביז וואנענט אז ס'איז דאך אויך א נפקא מינה, ביז אפילו אין א דבר משנה וואס ס'קומט פריער און וואס ס'קומט לאחרי זה, משנה כהמעשה און משנה בתרייתא וכו כמדובר לעיל כמה פעמים. וואס דאס איז אויך כמדובר, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט עשרים בחודש, די שלימות וואס איז דא אין עשרים, דער עשור העתרנו לך, כמדובר, ביום השבת של לפני זה, בפרט נאך אז מ'האט שוין איצטער אנגעציילט עשרים יום אין דעם חודש טובש, א גוף נהנה מן הגוף, וואס דאס איז אין זיין לשון גופא ליגט דער ווארט טובת, כמדובר ליגט כמה פעמים, און פארבונדן אויך מיט עצם היום הזה, אז דאס איז אן ענין עצמי עשירי, בחדשים העשירי יהי'קודש. און דער עיקר ועוד העיקר אראפברענגען דאס בנוגע לפועל, אנהויבנדיק אסתכל באורייתא אין הוספה בחיות חדש אין לימוד התורה, על אחת כמה וכמה אין לימוד הרמב,"ם, דערנאך אויך דעם גדול לימוד שמביא לידי מעשה אין עשיית המצוות בכלל און עשיית הצדקה במיוחד. און א זיכערע זאך, אז דאס היילט נאכמערער צו דעם מעשה הכי גדול, וואס דאס איז די עשי'פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אט דעמאלט האט מען דאך דעם לימוד התורה, תורה חדשה מאיתי תצא, און מ'האט דאס אין אן אופן פון אסור אתרנו לך אז מ'לערנט דאס מיט א תוספת ובריבוי, און מ'לערנט דאס אין אן אופן ווי שנת העיבור גיט כח אויף דעם, אז ס'זאל זיין אין אן אופן של מלאו של מלאה, און אין אן אופן פון שלימות מיט אלע פירושים שבדבר, און אראפברענגען דאס אין תשמיד ידיך בפשטות, אז דער אויבערשטער איז משמיד און איז מוחל כל החובות כולם, און דארף דאס טאן ווי דער דין איז בא תשמיד ידיך אז דאס מוז זיין דוקא בסבר פנים יפות, על אחת כמה וכמה אז יורה לבבך ווען ס'איז

14ווערט מעענטער דער ענין פון תשמוד ידיך, כמוזכר כמה פעמים. און דאס ווערט אויך נמשך, כאמור, לכל לראש, אין מעשה בפועל, און אין מעשה בפועל בנוגע צו לימוד הרמב,"ם, באופן פון לשם להאשרימו מידי שנה בשנה לפי ערך, אדער על כל פנים פרק אחד ליום, אדער כל פנים ספר המצוות, כמוזכר לעיל כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין א שלימות בא יעדער אידן בעבודתו תיכף ומיד, ומתוך שמחה וטוב לבב, ובסבר פנים יפות, והקב'ה אליין עוזרו, אז דאס זאל אים אנקומען א סך לייכטער נאך ווי ער שטעלט זיך פאר, און ער נוצט אויס די כחות גדולים וואס יעדער איד גיט יעדער אידן, וואס יעדער א ויבערשטער גיט יעדער אידן, האנשים סיי הנשים והטף, און דערנאך ווערט דאס אויך נמשך אין הוספה אין הבנה און אין חכמה בינה ודעת, אין הבנה והשגה אין תורה, במילא קומט אויך צו הבנה והשגה בכל עניני האדם, אפילו ווי עניניו הגשמיים וכו,' ועוד והוא העיקר, אז ס'קומט-צו אין א הבנה והשגה כסיום הרמב״ם, ומלא הארץ דעה את הוי'כמים לים מכסים בפשטות, בא מטה מעשרה טפחים, נאך אין די לעצטע טעג, און נאכמערער אין די לעצטע רגעים פון גלות תיכף ומיד ממש. און ס'ווערט דערנאך מתחילה דער התגלות באופן הכי נעלה דער יסוד היסודות ועמוד החכמות, אז ער איז דער מאמצו ראשון און ער איז דער ממצו ראשון, ומאמיתת המצאו נמצאו כל הנמצאים און ס'ווערט דערנאך אויך די הלכות יסודי התורה, און דערנאך די משנה תורה, אז מ'לערנט דאס צוזאמען מיטן רמב,"ם און צוזאמען מיט משה רבינו ומשנה תורה שלו, אין אלה הדברים אשר דיבר משה. און בא יעדער אידן, נשמות בגופים, ווערט דאס פון דאסניי אויפגעטאן די התקשרות מיט די התאחדות פון כל הנשמות כולם, על אחת כמה וכמה די

15נשמות וואס ער האט געלערנט זייער תורה, און לערנט איצטער זייער תורה, און דוקא נשמה בגוף וואס דעמאלט איז דער תכלית שלימות התורה, איז דאס דוקא ווען דאס איז א נשמה בגוף, וואס דוקא דעמאלט קען זיין דער פסק-דין בתורה, המעשה הוא העיקר, כידוע דער סיפור בזה, אז מ'דארף האבן דוקא א נשמה בגוף, וואס אט דעמאלט ווערט דער עילוי, אז דאס טוט זיך אפ במעשה בפועל, וואס דאס איז מגלה די מסקנא הכי אחרונה בתורתנו הקדושה, וואס זי איז תורת אמת, וביחד עם זה אויך תורת חיים, בעולם הזה הגשמי, נשמות בגופים און אין חיים ארוכים, ביז אין חיים נצחיים, פון ימי שנותינו בהן שבעים שנה, ווערט דערנאך אויך פון הי'וימיו מאה ועשרים שנה, און דערנאך אריכות ימים ושנים טובות, ווי ס'איז געווען בא יעקב אבינו מאה שנה וארבעים שנה ושבע שנים, און נאך מערער ווי ס'איז געווען בא אברהם אבינו, אז ס'איז געווען מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים, און נאך ביז אין די שלימות פון מאה ושמונים שנה ווי ס'איז געווען בא יצחק אבינו, וואס דאס איז דאך די גאולה השלישית איז דאך פארבונדן מיט יצחק אבינו.

16און דערנאך קומט אויך נאך צו א ריבוי שנים, אויך בגשמיות כפשוטם, כמוזכר לעיל אז ס'קומט-צו נאך א שלימות אויף נאך א שלימות, וואס די שלימות'ן וואס קומען לאחרי זה זיינען געבויט אויף די שלימות'ן שלפני זה, ואדרבא דורך זיי קומט נאך צו נאך א שלימות אין די שלימות הבאה לאחרי זה, און דאס איז נאכמערער מוסיף אין ריבוי שנים גשמיים, נשמות בגופים, אן קיין הפסק בינתיים, מערניט ווי דער הפסק על דרך פון שבע יפול צדיק וכם אז דאס איז אן ענין בדוגמא פון דעם עמוד שבין לימוד אחד לשני, אז דאס איז ביחד א נשמה בגוף, און ער שטייגט אלץ העכער און העכער, ס'איז מערניט וואס ער איז סוסר הסברה וואס ער האט געהאט פון פריער, אנגערופן נפל ממדריגתו פון זיין סברא, וואס ער האט אויפגעטאן ער אליין לפני זה, און דערנאך האט ער געפונען א העכערע סברא, במילא האט ער אויף דערויף א קשיא, כמסופר דסיפור בנוגע צום בעל שם טוב, וואס ווערן ווערט דאך אנגערופן בשם ישראל על שם דעם וואס ס'איז דא דער ניצוץ שלו, בדוגמא ווי דער ניצוץ פון משיח'ן בכל אחד ואחת מישראל, האנשים והנשים והטף, און ס'ווערט אין אן אופן אז ישראל הוא און ישראל חי און יעקב אבינו לא מתה, כמדובר לעיל בארוכה, ביז אז ס'ווערט א המשך נשמות בגופים, כמדובר, און דאס וואס מ'דארף בויען אן עין בנין בויט מען דאס די זעלבע נשמה און דער זעלבער גוף, ס'איז מערניט וואס ער קומט-צו דורך דערגרייכן א העכערע הבנה והשגה אין חכמת התורה, במילא מוז דאס געבויט ווערן דורך דער סתירה פון די סברות שלפני זה, ווערט דאס דער ענין אז דאס איז נפל מסברתו, אבער דאס איז ניט א נפילה אמיתית, דאס איז מערניט ווי דוגמת האבן שבין גן עדן לחבירו, וואס דער עמוד גייט ממטה למעלה, על דרך זה אויך בהנוגע צו די נפילה, ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז די עליה מסברתו

17לסברא איז ניט אן ענין של נפילה, אפילו ניט לפי שעה, נאר אויך לפי שעה, דאס וואס ער קומט צו א נייע סברא, איז דאס דורך דעם וואס ער באקומט א העכערע הבנה והסברה אין די סברא וואס ער האט געהאט לפני זה, דערפאר קומט ער אויך צו צו א נייער שכל, צו א נייע סברא, ביז צו א נייעם עולם אין עניני השכל, ביז ער קומט אויך צו צו א נייעם עולם, עולם חדש ראו על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו נח נח, וואס כל הצדיקים ווערן דאך אזוי אנגערופן, בפרט נאך נח נח ב'פעמים, בעלמא דין ובעלמא דעתו, אויך כולל דער ענין פון דער עולם קודם הגאולה, און דער עולם בשעת הגאולה ולאחר הגאולה, ווערט א נייער נייכא, דער נייכא פון דער גאולה האמיתית והשלימה, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך, כמדובר, מיט דעם סיום וואס מ'גייט מאכן דעם סיום פון דעם רמב,"ם, און גלייך אנהויבן גלייך די התחלה שלאחרי זה מיט א באנייטן אופן, ניט חס ושלום דורך פארגעסן עפעס פון פריער, נאר אדרבא ס'זאל צוקומען נאכמער זכירה און נאכמער הבנה והשגה אין דעם רמב,"ם וואס מ'האט מסיים געווען ערשט א, און מ'הויבט גלייך אן דער ממשך שלאחרי זה. ועוד והוא העיקר, אז מ'פארענדיקט גלייך דעם גלות, און מ'הויבט גלייך אן די גאולה האמיתית והשלימה, אן קיין הפסק בינתיים, על אחת כמה וכמה ניט קיין נפילה חס ושלום בינתיים, נאר אדרבא אן עלי'מחיל אל חיל ביז ילכו מחיל אל חיל יראה אלא אלקים בציון והוא יכוננעו עליון.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions