Paragraph
Paragraph rh-jqj2x6zc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-641vg10n
- order
- P
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך בגלוי, אז ער שטייט באמת ובאימה וביראה וברתת ובזיע, און מ'זאגט גלייך, אז פארוואס שטייט ער אזוי? דערפאר וואס לאמיתתו של ענין איז דאס פונקט ווי ס'איז געווען בא הלן, אט אזוי איז אויך בכל פעם ובכל מקום ובכל זמן וואס א איד זאגט תורה, ווערט דאס דער ענין פון לומר, ער איז זוכה, אז ער זאגט יגיד יל יגיד וים משיך תהילתיך ער איז מגלה און ממשיך אז ס'קומט ארויס, על דרך ווי משה רבינו, שכינה מדברת מתוך גרונו, אז דאס האט די שכינה אליין גערעדט, במילא איז דאך פארשטאנדיק פארוואס ס'דארף זיין באימה וביראה וברתת ובזיע, על דרך זה איז דאס בא יעדער אידן, כאמור האנשים והנשים והטף, איז בא זיי אויך ווערט געגעבן דער כח, און ס'ווערט פארלאנגט, אז זיי זאלן דאס זאגן באימה ובעירה וברתת ובזיע, דערפאר וואס דאס איז די אמיתית הענין, אז דאס איז אליין ווי מ'זאגט איבער ניט אן אייגענע זאך, אפילו ניט אן אייגענע כחות, נאר מ'זאגט איבער מערניט ווי מגלה און ממשיך, ביז אז די המשכה ווערט אויך דערהערט בכל העולם כולו, אפילו דורך ניט-אידן, אף על פי וואס זיי פארשטייען ניט וועגן וואס ס'רעדט זיך, האט דאס געהאט צו זיי קיין שייכות ניט, על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך וועגן עשרת הדברות, וואס זיי זיינען דאך אויך כולל כמה ענינים וואס זיי גייען אריין אין שבע מצוות בני נח, וואס אויך בא זיי איז דאך אויך דער חיוב פון שבע מצוות בני נח, פארוואס זיי דארפן דאס מקיים זיין איז דאס דערפאר וואס אזוי איז נצתוה משה רבינו מפי הגבורה בשעת מתן תורה, אז ער זאל איבערגעבן אידן, צוזאמען מיט דעם נתינת כח, אז זיי זאלן דערנאך דורכפירן אז יכוב כל באי עולם מקיים זיין די שבע מצוות בני נח, וואס דאס איז אויך כולל דער תלמוד תורה שלהם, ווי זי איז פארבונדן מיט שבע מצוות
- proofread
- 0