Paragraph
Paragraph rh-jnpm4116
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0f575n02
- order
- Es
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און זיי באשאפן אין אזא אופן, אז זיי ווערן איין און איינציקע זאך אז מ'קען ניט אפטיילן, אז א איד איז פאר זיך, און תורה איז פאר זיך, און פון צייט-צו-צייט דערמאנט ער זיך וואס שטייט אין תורה און איז מקיים וואס שטייט אין תורה, נאר ער איז שטענדיק מיט דער תורה צוזאמען, אפילו ווען ער פארנעמט זיך מיט א מצוה וכיוצא בזה, איז ביי אים אין קאפ געפינט זיך אלעמאל דאס וואס ער האט געלערנט אין תורה, און געדענקט דאס אין זיין זכרון, א פארשטענדיקן זכרון, ווארום ער היטט זיך אויס אויף ניט פארגעסן דאס האלט ער אין חזר'ן אז דאס זאל ביי אים בלייבן גאנץ און שטארק. עד כדי כך, אז פונקט אזוי ווי מ'זעט אין יארן וואס דאס ווערט אונטערשטראכן און אפגעלערנט פון אן איבעריאר, אז שמש און לבנה קען מען ניט אפטיילן, ווארום זיי ביידע צוזאמען דוקא, צו שטעלן צוזאמען אן איבערייאר, וואס ס'קען ניט זיין איינער אן דעם צווייטן אזוי ווערט ביי אים איינגעקריצט אין זכרבן, אז מ'קען ניט אפטיילן זיין נשמה פון דער תורה, אז די נשמה זיינע און די תורה זיינע ווערט איין און איינציקע זאך, אפילו ווען ער פארנעמט זיך מיט א זייטיקע זאך, לכאורה איז אין זכרון פון דער נשמה איז שטארק און גאנץ, און ס'קומט נאך צו אין די ענינים פון תורה, דורך דערויף וואס ס'ווערט ביי אים נאך שטארקער און נאך שטארקער. און ער לערנט דערפון אפ, אזוי ווי אן איבעריאר, אז פונקט אזוי ווי אין תורה און אינצווישן דלושמש און לבנה קען מען ניט אפטיילן, דערפאר וואס זיי ווערן ביידע איין זאך, איין מציאות, אזוי אויך קען מען ניט אפטיילן צווישן א אידישן לעבן און צווישן דער אידישער תורה און אלע זיינע פרטים ופרטי פרטים, אז דאס איז וואס א איד טוט, בפרט נאך ווען ער האט געהערט צו צבאות השם, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז שטענדיק געדענקט ער, אז ער דארף מגין זיין, באשיצן די אלע זאכן ווי דער אויבערשטער וויל,
- proofread
- 0