Paragraph
Paragraph rh-jg8t5vbp
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jaxgz877
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בהנוגע צום שיעור רמב״ם אין היינטיקן טאג בסיומו, כאמור לעיל, זיך פון די פעולה פון ארץ-ישראל ווי זי האט אויף חוץ-לארץ, און הויבט דארט אן באריכות אין די הלכות שלפני זה בהנוגע ווי אזוי חוץ-לארץ איז היפך הטער ניט נאר אוירה, נאר אויך דערנאך גזר על גושה, דערנאך איז ער מסיים דעם פרק מיטן שיעור אז ס'איז דא אן אויסנאם בזה, אז ערים המובלאות בארץ-ישראל האבן ניט קיין דין פון ארץ העמים, און מ'טייטשט אפ המובלעות בארץ-ישראל, אז זיי זיינען ארומגערינגלט פון דריי זייטן מיט ארץ-ישראל, און וויבאלד ס'פועל'ט דאס אויף די ערים המובלעות וואס זיי זיינען חוץ-לארץ, וואס דערפאר איז ס'האט דארט ניט דעם דין פון שביעית וטרומות וכיוצא בזה, אז דאס זאל אויך ניט האבן קיין ענין פון היפך הטרה. ס'קען ניט זיין ערים המובלעות פון אלע פיר זייטן ניטא אזא מין מציאות. במילא, אז ס'ניטא אזא מין מציאות, האט מען ניט וואס צו רעדן וועגן דערויף, ניטא קיין מציאות, אז חוץ-לארץ זאל זיין אין מיטן פון ארץ-שראל, ער איז אומגעריגן פון פיר זייטן, ס'קען זיין מערניט ווי לכל היותר פון שלשה רוחות.
- proofread
- 0