Paragraph
Paragraph rh-jg1a9e0d
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-k3vzk2g7
- order
- 3Z
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דא קלייבט מען אויס פון די ביידע משתתפים קלייבט מען אויס דוקא הברית הוי'אלקיך. אף על פי וואס לכאורה איז דאך דער חידוש בדבר, איז דאך ניט וואס דער אויבערשטער טוט-אויף א ברית, נאר דאס וואס ס'ווערט אויפגעטאן א ברית אין וועלט, אנהויבנדיק פון אידן וואס בשבילם נברא העולם, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז די זאכן ווי ס'דארפן דאך זיין אין וועלט דארף דאס אנגעוויזן ווערן אין דער הנהגה פון אידן. וואס דערפאר איז אויך, ווי געבראכט כמה פעמים, דער מאמר וואס תורה ווייזט אן, אז חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם אז יעדער איד דארף וויסן זיין וועגן די וויכטיקייט און די ערנסטיקייט פון זיין אויפפירונג, דערפאר וואס צוליב אים איז באשאפן געווארן די גאנצע וועלט, במילא איז די גאנצע וועלט קוקט-אויס און גיט אים כח און בעט זיך ביי אים, אז ער זאל זיך פירן אין אזא אופן אז די וועלט זאל זיין א געבענטשטע וועלט, און א געבענטשטע וועלט סיי בגשמי סיי ברוחניות, וואס אין דערויף איז דאך דא א חידוש
- proofread
- 0