עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jfrzdge7

kind
paragraph
order
oN
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ערשטע ביידע טעג יום-טוב מאכט מען נאך דערצו שחיינו אז ס'קומט אויך צו אין דעם שחיינו און קומט אויך צו אין קיימנו און קומט אויך צו אין דעם והגיאנו לזמן הזה דאנקט ער דעם אויבערשטן, און זי דאנקט דעם אויבערשטן, פארוואס דער אויבערשטער האט זי אויפגעשטעלט, וואס קיימנו איז דאך ניט סתם אז די זאך איז דא, נאר די זאך געפינט זיך אין אן אופן פון קוממיות, על דרך ווי מ'האט ערשט געליענט אין דער פרשה ואולך אתכן קוממיות. און דאס ווערט די אלע ענינים א צוגרייטונג, און א שנעלע צוגרייטונג און א גיחע צוגרייטונג, און בסמיכות ממש, אז דאס ווערט ממש רגעים פאר דער גאולה המצות והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער אור חדש על ציון טהור אז ס'וועט צוקומען נאך א ליכטיקייט נאך מערער ווי די ליכטיקייט ווי ס'איז געווען אין מקדש ראשון און אין מקדש שני און דעם משכן, וועט דאס זיין אור חדש על ציון טהור אויף גאנץ ציון, וואס דאס גייט דאך אויף גאנץ ירושלים, וואס זי איז דאך געווען און איז אויך איצטער די הויפט-שטאט פון גאנץ ארץ ישראל, וואס גאנץ ארץ ישראל איז דאך די הויפט פון כל הארצות כולם, קבוע ארץ ישראל, מכל שעל הארצות, אפילו בגשמיות, על אחת כמה וכמה ברוחניות אין אינהאלט פון אידישקייט און אין געטלעכקייט, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך און ברענגט אויך מיט זיך אלע ברכות, ונתתי גשמיכם בעתם ביז ונתתי שלום בארץ ביז ואולך אתכם קוממיות ווי מ'האט ערשט געלייענט דעם שבת, און דערנאך מסיים געווען און אויסגערופן חזק חזק ונתחזק. און ס'ווערט גלייך נאך דערויף דער ונתחזק אלע צוזאמען, דורך דערויף וואס יעדערער און יעדערע איז מוסיף אין ואהבת לרעך כמוך, במילא ווערט דער ונתחזק ניט סתם פון דער משפחה אליין, אדער אפילו פון די אידן וואס לעבן אין דער זעלבער גאס אדער אין דער זעלבער שכונה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions