Paragraph
Paragraph rh-jd63d6kb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- 2x
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווען אידן טרעפן זיך, איז דאך צום אלעם ערשטן זאגט יעדערער ווען ווען ער טרעפט, ובפרט נאך אז דאס רעדט זיך וועגן א רבים מישראל, הויבט מען גלייך אן מיט שלום אפילו אז דאס איז נאך ניט די גאנצער זאגן, דערנאך איז מען זיך אויך ממשיך עליכם, אבער הויבן הויבט מען אן מיט שלום דערפאר וואס אט דאס איז דאך די התחלה, דער אנהויבס פון יעדער אידן אין אלע זיינע פעולות במשך כל יום ויום פון א גאנצן יאר, דארף ער אנהויבן מיט אן ענין פון שלום, צום אלעם ערשט מאכן א שלום בא זיך אין נפש, בא זיך אין זיין אינערן לעבן, אז ס'זאל ניט זיין קיין ענין פון בירוד און חלוקות דעות אינעווייניק, און ער זאל האבן אן אמת'ן נוחת הנפש, וואס אט דעמאלט גייט דער גאנצער טאג מיט א סך שטארקער און א סך אמת'ערע שלימות, וואס דאס איז דאך אויך פון לשון שלום, און אן אמת'ער שלימות איז דאך אזוי הויבט מען אן דעם טאג, ווירקט דאס אזוי אויפן המשך פון דעם גאנצן טאג, וואס יעדער טאג, בא יעדער אידן, סיי מענער און סיי פרויען,
- proofread
- 0