עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jc8a8paw

kind
paragraph
order
On
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
קינדער, און טאן די אלע זאכן על דרך ווי מ'טוט דאס אין א צייט פארבונדן מיט יום טוב במיוחד, אז ס'דארף זיין מועדים לשמחה. אין צוגאב צו דעם וואס יעדערער פון צבאות השם דארף דאך זיין ועברתי הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב וויבאלד אז מ'געהערט צו צבאות השם דארף מען דינען דעם אויבערשטן דארף מען זיין אלעמאל ביז א שמחה גדולה, וואס מ'האט זוכה געווען צו האבן דעם אויבערשטן, וואס ער האט אונז אנגענומען אלס אן אתם וחרתנו קינדער, און האט אונז געגעבן בחר בנו ונתן לנו את תורתו, און האט דאס געגעבן בין יפה, געגעבן מיט א ברייטער האנט, און געגעבן אויך דעם שכל אויף פארשטיין די תורה ווי מ'דארף איר פארשטיין, און ועוד העיקר, המעשה הוא העיקר אויסנוצן דאס אין דער פולסטער מאס, ובשמחה ובטוב לבאל, און אט דעמאלט האט מען די הבטחה, אז יגעת ומצאת פירט מען אויס, אז דער אויבערשטער גיט די אלע ענינים, ידו המלאה הפתוחה הקדושה ולחבה, אנהויבנדיק פון חכמה בינה ודעת אין תורה, און אנהויבנדיק פון חכמה בינה ודעת אין מקיים-זיין מצוות, און ממשיך זיין דורך דערויף וואס דער טאג-טעגלעכער לעבן פירט ער זיך אויך דורך חכמה בינה ודעת, דורכגענומען דורך חכמה פון תורה, וואס אט דעמאלט איז ער מצליח אין אלע זיינע ענינים, אפילו אין גשמיות'דיקע ענינים, ווארום ער טוט זיי אלע דורך חכמה פון תורה, וואס זי נעמט אים אויך דורך די חכמה פון זיין נפש הבהמית, זיין שכל כפשוטו, און טוט די אלע זאכן, ווי דערמאנט פריער, ווי דער חודש ריבור אונטערשטרייכט, אז ניט ער טוט צוויי באזונדערע זאכן, ער איז א זאך פאר זיך און איז מקיים דעם אויבערשטנ'ס אדער אויף זידה, נאר ער ווערט אויס מציאות פאר זיך, ער איז מערניט אט דאס וואס ער האט זוכה געווען, אז דער אויבערשטער האט אים אויסגעקליבן אויף צו זיין און געהערן צ
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions