עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-jc7ka8wd

kind
paragraph
order
GA
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און בפרט נאך אז דאס איז דער שכל על פי תורה, על פי הקב,"ה, וואס ער האט געזאגט, אז וויבאלד אז די לבנה האט געזאגט כך וכך, איז דערפאר דארף זיין דער ענין און דער חסרון אין שנת הלבנה לגבי שנת החמה. זאגט דערנאך אויך דער אויבערשטער, אידן, אז אפעם לבעין שני שנים אדער לשלש שנים באקומען זיי א כח, אז אט דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט געמאכט אן אונטערשייד און א שינוי, און אז ס'זאל זיין דער לחי ומעטי את עצמוך אז טאקע דער מעטי את עצמוך האט דאס געטאן, מעטי די לבנה אליין, דאס איז אבער געווען אויך צוזאמען מיט א סיוע מלמעלה, דאס וואס זי דארף דאס טאן אליין תשובה איז דאך, בשעת ער טוט תשובה, ניט דערפאר וואס ער איז א מוכרח, נאר ער טוט דאס דערפאר וואס ער קערט זיך אום צום אמת, במילא קערט ער זיך אום צו זיין מקור ושורש, וואס על דרך זה איז דאך בלכי ומעתי את עצמוך ביחד עם זה, איז דאך אבער אויך ווערט דערציילט, תורת חיים, הוראה בחיים, אז דערביי איז געווען אויך א הוראה מהקב,"ה. על דרך ווי מ'געפינט ביי דברי סופרים, וואס חביבין דברי סופרים ויוסף מדברי תורה איז דאך דברי סופרים איז דאך אויך אפילו מה שטעלמי דבשיק עתיק לחדש איז דאך ניתן למשה מסיני בשעת מ'האט געגעבן כל התורה כולה, איז דאך אבער אויך דא אין דערויף, אז אין דערויף איז אויך דא דער ענין פון מעשה ידיך תוך סוף, וואס דערפאר איז חביבין דברי סופים אפילו מדברי תורה. וואס אט דא האט מען אין דעם ענין פון עיבור שנים, האט מען אז מ'איז אן ענין וואס דאס איז אויך א חוקה, צוזאמען מיט דער חוקה איז דאס אויך אן ענין שבשכל, וביחד עם זה איז אפילו איצטער אויך איז די חוקה דא בגלוי,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions