Paragraph
Paragraph rh-j9ar8dbv
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jhq6fgr1
- order
- 5d
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס מ'דארף ניט האבן קיינע ביאורים בזה, ווי אזוי מי שנה לשנה, עאכו כמה וכמה מעשר שנים לעשר שנים ווערט דאס אלץ מערער נתפשט, ביז וואנענט אז ס'איז געווארן א נחלת העם כולו, און ווי דער ווארט נחלה באדייט דאך, אז דאס ווערט אן ענין וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם עצם מציאות פון דעם יורש, וואס א נחלה איז דאך אן ענין וואס ס'איז אן ענין עיקרי לויט הלכה, און אן ענין עיקרי לויט תורה, ביז וואנענט אז מ'זאגט באווייזנדיק דעם קשר פון אידן מיטן אויבערשטן רופט מען דאס אויך אן, אז דאס איז נחלת פון דעם אויבערשטן, נחלת ונחלתו מיט כמה וכמה פעמים וכמה לשונות אלץ מיוסד אויפן ווארט נחלה וואס דאס איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ס'קומט דער יום וואס דער אלטער רבי האט אליין געשריבן באגרות קודש שלו הידוע, וכידוע כמה פעמים וואס דעם לשון פון דין וחשבון, וואס לכאורה דארף דאך פריער זיין דער חשבון און ערשט דערנאך מאכט מען דעם דין, אבער מ'זאגט, אז דער סדר בא דעם אויבערשטן איז, אז צום אלעם ערשטן ברענגט מען דעם מענטשן, אז ער אליין זאל זאגן וואס איז דער דין אין א מצב דומר לשלו,
- proofread
- 0