עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-j8w1j4n7

kind
paragraph
order
T3
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זאגט אין דעם שבת פון וועלכן מ'קומט, אז חזק חזק ונתחזק, וואס דאס ווערט אן אנווייזונג און א נתינת-כח פאר יעדער אידן וואס זאגט חזק חזק ונתחזק, און פאר זיין גאנצע משפחה, אז דער אויבערשטער האט זיי געהייסן, ווארום אזוי איז דער אמת, אז אין אלע זאכן פארבונדן מיט גוטסקייט און מיט הייליקייט און ויט אידישקייט בכלל מאנט מען ביי א אידן, און מ'גיט אים כח, און אז איד איז דאס מקיים, אז יעדער טאג געדענקט ער, אז ווי שטארקער איז געווען אין דעם בשעת מעשה, וויבאלד אז ביי אים איז צוגעקומען דארף צוקומען אין די אלע זיינע פעולות ומעשים ודיבורים וואס ס'איז געווען אויך אין די פריערדיקע טעג, אפילו אין די פריערדיקע חדשים, אפילו אין די פריערדיקע יארן, און ווי גערעדט בארוכה ביי א געלעגנהייט פאר דעם, אז אין דערויף ווי דערמאנט פריער איז ניטא קיין פארפאלן, אדרבא בשעת מ'געפינט א פארפאלענע זאך האט מען דאך א גרויסע שמחה אין דעם, און בשעת מ'האט אין דערויף א גרויסע שמחה איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט האט מען בא זיך מערער כוחות און מערער הבנה און מערער חכמה בינה ודעת, קען מען נאך צוגעבן, אין דער פארפאלענער זאך, אז די זאך זאל זיין ביתר שאת וביתר עוז. און ווי דערמאנט דער ביישפיל פאר דערויף, אז בשעת ער האט געלערנט מיט א תלמיד אדער תלמידה די דינים פון כשרות, אדער על דרך זה די דינים פון הדלקת נרות שבת און נרות יום-טוב, ווי אויך די צוגרייטונג צו הדלקת נרות פון חד השבועי זמן מתן תורתנו, על דרך זה אויך די דינים פון טהרת המשפחה, בשעת ס'איז צוגעקומען אין זיין פארשטענדניש אין די אלע זאכן, אדער אין איר פארשטענדניש אין דער וויכטיקייט פון די אלע זאכן דארף זי דאך, און זי מוז, און זי טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, און מיט א סך הצלחה, אויף דערציילן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions