Paragraph
Paragraph rh-j7ypnacv
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ap2p3ntq
- order
- dS
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ירחא תליתאי און גואל תליתאי וואס דאס איז דאך משה רבינו, גואל ראשון הוא גואל אחרון, און מ'האט דאס ביידע זאכן צוזאמען. במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס עבודת היום בשמחה איז דאס אבער אויך פארבונדן מיט ושאבתם מים אין מים אלא תורה, וואס במיוחד איז דאס אין דעם ענין פון היינטיקער נאכט און היינטיקער מעת-לעת וואס סיי בנוגע צו דעם אושפיז פון זהר יעקב אבינו איז דאס תורה שם בישראל, און דאס איז אויך מודגש, אז מ'זאגט דערביי בישראל, וואס דאס איז דאך יש ששים ריבוא אותיות לתורה, וואס דאס איז דאך כולל יעדער אידן און אלע אידן, און ווי זיי ווערן שוין צוטיילט, ניט נאר אויף י'שבטים, און נאכמערער אויף שבעים
- proofread
- 0