עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-j50bagt2

kind
paragraph
order
pf
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
נשמות וואס ער האט געלערנט זייער תורה, און לערנט איצטער זייער תורה, און דוקא נשמה בגוף וואס דעמאלט איז דער תכלית שלימות התורה, איז דאס דוקא ווען דאס איז א נשמה בגוף, וואס דוקא דעמאלט קען זיין דער פסק-דין בתורה, המעשה הוא העיקר, כידוע דער סיפור בזה, אז מ'דארף האבן דוקא א נשמה בגוף, וואס אט דעמאלט ווערט דער עילוי, אז דאס טוט זיך אפ במעשה בפועל, וואס דאס איז מגלה די מסקנא הכי אחרונה בתורתנו הקדושה, וואס זי איז תורת אמת, וביחד עם זה אויך תורת חיים, בעולם הזה הגשמי, נשמות בגופים און אין חיים ארוכים, ביז אין חיים נצחיים, פון ימי שנותינו בהן שבעים שנה, ווערט דערנאך אויך פון הי'וימיו מאה ועשרים שנה, און דערנאך אריכות ימים ושנים טובות, ווי ס'איז געווען בא יעקב אבינו מאה שנה וארבעים שנה ושבע שנים, און נאך מערער ווי ס'איז געווען בא אברהם אבינו, אז ס'איז געווען מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים, און נאך ביז אין די שלימות פון מאה ושמונים שנה ווי ס'איז געווען בא יצחק אבינו, וואס דאס איז דאך די גאולה השלישית איז דאך פארבונדן מיט יצחק אבינו.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions