Paragraph
Paragraph rh-j1s966dg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kywddf60
- order
- 8
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וועט דאס זיין ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, ביז אזוי אויך יעדער אידיש קינד וועט מאכן פון זיין קינדער-הויז אט דארט וואו ער שלאפט וכיוצא בזה, וועט ער האבן דארט א סידור און א חומש און א תהלים און אויך א צדקה פושקע, ווי גערעדט מערערע מאל, וואס דורך דערויף האט ער דארט א שטענדיקע דערמאנונג וועגן דעם אויבערשטן, דורך זיין תורה און דורך זיינע מצוות, מצוות הצדקה במיוחד, און דאס וועט זיכער נאכמערער צוהיילן, ווי דערמאנט פריער א סגרה אינגיכן, ובפרט אז מ'געפינט זיך אין ענדע פון חודש אב, וואס דעמאלט איז דאך שוין נאך חמשה עשר באב, נאך עשרים באב, ווי גערעדט פארו קעמאל, וועט זיך ענדיקן די אלע ניט-געוואונטשענע זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט חודש אב, און ס'וועט זיין יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה ולועדים טובים אז שוין אין די טעג פון חודש אב, אנהויבנדיק פון היינטיקן טאג און יעדער טאג נאך מערער און מערער, וועט מען האבן די גאולה האמיתית והשלימה
- proofread
- 0