Paragraph
Paragraph rh-j0feqrgx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8c9hgq2e
- order
- 3R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי אזוי ס'איז דאך הויבט זיך דאך אן כ'פ תיבות, וואס כמוזכר אין דעם שבת שמיני מתברכן כולו יומא אויך דער טאג פון כ'פ תיבות האט מען שוין דעמאלט דערמאנט, אז דאס איז דער יום הילולא דער יארצייט פון דעם רמב,"ם, און וואס ווי ס'שטייט אין זיינע דברי הימים איז געווען ימי חייו עלי אדמות שבעים שנה, וואס דאס באווייזט דאך אויך, אויף אן ענין של שלימות, ימי שנותינו בהם שבעים שנה, וכמבואר בכמה מקומות, און אויך מוזכר כמה פעמים, אז דער אויבערשטער בענטשט דאך אידן מיט א סך אריכות ימים ושנים טובות, א סך מערער ווי שבעים שנה, איז קומט דאס צו נאך א שלימות, א באזונדער שלימות און א באזונדער סוג און א באזונדער אופן, וואס דאס וואס ס'איז דא די שבעים שנה איז דאס א סדר שלם פון שבעת המדות, וואס יעדערער פון זיי איז כלול מהשרה, ווי מ'זאגט דאס אויך אין ספירת העומר, און דערנאך אויך אין ספירת העומר בנוגע צו שבעה, און דערפון לערנט מען אויך אפ א נוגע נאכמער שלימות אין דעם, ווי יעדערער פון זיי איז כלול מעשרה, און דערנאך קומט אויך צו שלימות על השלימות, און ווי מ'געפינט זיך אויך אז בא די אבות פון כל עמנו בני ישראל, סיי אברהם און סיי יצחק און סיי יעקב, איז דאך יעדערער פון זיי האט דאך געלעבט א ריבוי שנים בכמות, נוסף על ריבוי שנים באיכות על מספר פון שבעים שנה, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז בשעת דוד האט געזאגט וועגן ימי שנותינו והם שבעים שנה האט ער דאך זיכער געמיינט יעדער אידן און אלע אידן, על אחת כמה וכמה דאבות, און אין דערויף איז ניטא קיין סתירה, כמדובר, אז דאס האט ניט קיין שייכות צו שנים גשמיים. דאס האט יא א שייכות אין דעם פרט, אז
- proofread
- 0