Paragraph
Paragraph rh-hzjn6n3a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מותוקה נאר זיי באקומען דאס פון נאך העכער, פון דעם אויבערשטן אליין, וויבאלד אז דאס איז חבל מחלתו און ס'איז חלק הוי'עמו. וואס דאס איז די פארבונדנקייט, כאמור, אויך מיט דער פרשה וואס אין דעם איז איינגעשלאסן אט דער פסוק, און אין דער פרשה גופא, און אין די טעג פון דער וואך פון פרשה האזינה אליין, האט מען שוין, ווי דערמאנט פריער, מערער ווי דריי טעג פון פרשה האזינה, וואס דעמאלט איז דאך דער דין, אז וויבאלד אז דאס האט געטאן געווארן דריי מאל, ווערט דאס א חזקה, ווי מ'זעט אויך אז ס'איז אזוי נשתלשל געווארן, אראפגעקומען אין א אידן למטה, אז א זאך א הנהגה טובה אין וועלכע ער האט זיך געפירט דריי מאל, ווערט דאס ביי אים א מנהג טוב אין וועלכן ער דארף ממשיך זיין, און ס'איז קיין שאלה ניט וואו וועט ער נעמען כח און יכולת מעגלעכקייטן אויף נעמען אויף זיך נאך הנהגות טובות, ווארום וויבאלד אז דאס איז חבל נחלתו און ס'איז חלק הוי'עמו, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער, וואס ער איז בלי גבול, וועט אויך געבן יעדער אידן און אלע אידן, אנשים נשים וטף, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה,
- proofread
- 0