Paragraph
Paragraph rh-hypy4eet
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-frfp514v
- order
- B
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כולו. אויב ס'איז דא א רגע וואס ער האט געקענט לערנען תורה און האט דאס ניט געטאן, איז אט דעמאלט ווערט אויף דערויף דער גאנצער שטורעם מיט דעם ענין פון ביטול תורה, כמוזכר ומבואר בהלכה בפשטות. במילא, אז ס'ווערט באפרייט ניט נאר רגעים, נאר שנת השמיטה ווערן דאך באפרייט ריבוי שעות דארט וואו די שמיטה איז בפשטות, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דארט וואו שמיטה בפשטות, בהלכה בפועל, איז דארט ניט זמן מקומה, אבער ברוחניות איז דאך א זיכערע זאך, ביז וואנענט אז ס'איז פארבונדן מיט פרוסבול אויך אין א הלכה בפועל בכל זמן ובכל מקום, ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין שולחן ערוך שלו דער ענין הפרוסבול, ואפילו אין חוץ-לארץ און אפילו בזמן הזה וואס אין שמיטה איז בנוגע מן התורה וכו,' במילא ווערט דאס גלייך אנגעפילט, און דאס איז דאך א שייכות מיוחדה מצד דערויף וואס דאס איז שנת השמיטה, האט באקומט דאס א שייכות מיוחדה צו לימוד התורה צו תורה, במילא באקומט דאס אויך, אז אויף חמשה עשר באב אין שנת השמיטה באקומט אויך יתר שאת און יתר עוז אין איר הלכה, וואס ס'דארף זיין דער מוסיף מוסיפין לו. על אחת כמה וכמה, אז ראש ותחילת השנה, וואס ווערט דאך אנגערופן ראש השנה, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה, אז דאס איז בדוגמא פון א קאפ וואס פירט-אן מיטן גאנצן גוף, אזוי פירט-אן דער טאג פון ראש השנה מיט כל ימי השנה, וואס דאס איז בדוגמת פון אברים פון דעם יאר, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'קומט צו חמשה עשר באב אין א יאר וואס ראש השנה שלו איז בשבת, איז אט דעמאלט קומט נאך צו יתר שאת און יתר עוז אין דעם חמשה עשר באב. ובפרט נאך, אז דא איז דא ביידע ענינים, סיי מצד די שנה און סיי מצד דעם ראש השנה.
- proofread
- 0