transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כאמור לעיל, און ווי אונטערשטראכן במשך השנה כמה פעמים, איז דאך דא אן ענין מיוחד בשנה לגבי שאר השנים, בפרט נאך אין אן ענין וואס איז אחת בשנה, ווי חמשה עשר באב, און ווי יום הכיפורים, איז דאך די שנה זו, ווי דערמאנט פריער, אויך אויסגעטיילט פון שאר השנים, וואס דאס איז שנת השמיטה, שנה השבית, און אין צווישן שנות השמיטה עצמם איז אויך אויסגעטיילט דערמיט וואס ראש השנה שלה איז ביום השבת, כמדובר לעיל, אז דער עיקר ענין בהלכה איצטער, בחמשה עשר באב, ענין פון תורה און הוספה בתורה, איז דאך ביידע ענינים, שני דער שנת השביעית און סיי דער ענין פון שבת, האבן דאך א שייכות מיוחדה מיטן ענין פון לימוד התורה, כמוזכר כמה פעמים במשך השנה פון פשטנו המקרא, על אחת כמה וכמה פון דרשנו המקרא, אז שנת השמיטה איז געווען ענינה וואס דעמאלט איז דאך געווען א פרייער צייט וואס איז באפרייט געווארן פון ענין פון תזרע שדך און תזמור קרמך, און ביי א אידן, אז ס'ווערט באפרייט א רגע אין זמן, על אחת כמה וכמה שעות במשך כל השנה כולה, דארף ער דאס גלייך אנפילן מיט דעם ענין פון תורה און מיטן לימוד התורה, כמובן בפשטות, בפרט נאך ווי ער איז מדגיש אין דעם עמוד ראשון פון פניו פון תניא בהנוגע צו דעם ענין פון תלמוד תורה, און די הפכה פון היפך לימוד התורה, ביז ווי די הלכה איז דאך בפשטות, אז ס'איז קיין אונטערשייד ניט מיט וואס ער זאל ניט זיין פארנומען כל היום
¶2כולו. אויב ס'איז דא א רגע וואס ער האט געקענט לערנען תורה און האט דאס ניט געטאן, איז אט דעמאלט ווערט אויף דערויף דער גאנצער שטורעם מיט דעם ענין פון ביטול תורה, כמוזכר ומבואר בהלכה בפשטות. במילא, אז ס'ווערט באפרייט ניט נאר רגעים, נאר שנת השמיטה ווערן דאך באפרייט ריבוי שעות דארט וואו די שמיטה איז בפשטות, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דארט וואו שמיטה בפשטות, בהלכה בפועל, איז דארט ניט זמן מקומה, אבער ברוחניות איז דאך א זיכערע זאך, ביז וואנענט אז ס'איז פארבונדן מיט פרוסבול אויך אין א הלכה בפועל בכל זמן ובכל מקום, ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין שולחן ערוך שלו דער ענין הפרוסבול, ואפילו אין חוץ-לארץ און אפילו בזמן הזה וואס אין שמיטה איז בנוגע מן התורה וכו,' במילא ווערט דאס גלייך אנגעפילט, און דאס איז דאך א שייכות מיוחדה מצד דערויף וואס דאס איז שנת השמיטה, האט באקומט דאס א שייכות מיוחדה צו לימוד התורה צו תורה, במילא באקומט דאס אויך, אז אויף חמשה עשר באב אין שנת השמיטה באקומט אויך יתר שאת און יתר עוז אין איר הלכה, וואס ס'דארף זיין דער מוסיף מוסיפין לו. על אחת כמה וכמה, אז ראש ותחילת השנה, וואס ווערט דאך אנגערופן ראש השנה, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה, אז דאס איז בדוגמא פון א קאפ וואס פירט-אן מיטן גאנצן גוף, אזוי פירט-אן דער טאג פון ראש השנה מיט כל ימי השנה, וואס דאס איז בדוגמת פון אברים פון דעם יאר, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'קומט צו חמשה עשר באב אין א יאר וואס ראש השנה שלו איז בשבת, איז אט דעמאלט קומט נאך צו יתר שאת און יתר עוז אין דעם חמשה עשר באב. ובפרט נאך, אז דא איז דא ביידע ענינים, סיי מצד די שנה און סיי מצד דעם ראש השנה.
¶3וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז די שיעורים וואס זיינען פארבונדן דערמיט, אז וויבאלד אז ס'איז דאך יעדער ענין בהשגחה פרטית, איז דאס ניט סתם אזוי מקרא נקרא הוא, נאר וואס דען דאס מוז עפעס האבן א שייכות און דאס מוז פועל זיין, במילא איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די שיעורים פון יום זה, כפי שיתבאר לקמן. ד. דאס וואס ס'איז אבער אויך א דגשה מיוחדה, און אפהענגיק פון וועלכן אשנה דאס זאל זיין אדער אראש השנה דאס זאל זיין, אז בנוגע צו די דריי וואכן, על אחת כמה וכמה צו די ניין טעג און שבת חזון, איז פארבונדן דער ענין התורה דעמאלט מיט ובשבי'בצדקה, במילא קומט אויך צו די הוראה אויף להוסיף אין דעם ענין הצדקה, במיוחד אז ס'קומט א טאג וואס דעמאלט איז מען מוסיף אין ציון במשפט תפדה בהלכתא, אין דעם ענין פון תורה איז אט דעמאלט קומט גלייך דער פסוק און איז ממשיך בשבוע בצדקה, וואס דערפאר איז אויך מן הנחכן, כאטש איך האב דאס ניט געפונען בפירוש, אבער ס'איז א זאך וואס לייגט זיך זייער גלאטיק, און ס'איז כולו ריווח נענע אז דאס איז א חידוש, איז אזא חידוש אויף געבן מערער צדקה, איז ניט נאר אן אחריות, נאר הלואי וואלט מען מוסיף געווען אין אזוינע חידושים כהנה וכהנה. אז מ'זאל אויך מוסיף זיין אין די עניני צדקה הרגילים, וויבאלד אז דאס איז חמשה עשר באב, וואס דאס איז מבטל די ענינו פון תשעה באב, וואס דורך וואס איז מען דאס מבטל דורך ציון במשפט תפדה, ושבי'בצדקה, זאלן אויך בקשר לזה מוסיף זיין נאכמערער אין די שיעורי צדקה הרגילים, וויבאלד אז דאס איז א טאג פארבונדן מיט חמשה עשר באב, א טאג פארבונדן מיט א הוספה במשפט תפדה, במילא איז א הוספה אין ושבי'בצדקה, און אויך אין אזא יאר ווי שמיטה, וואס דאס האט דאך אויך א שייכות צו צדקה,
¶4עד כדי כך, אז בשנת השמיטה מן התורה איז אט דעמאלט איז אויך דער דין, אז ס'ווערט א הפקר, ניט סתם פאר עניים, אפילו פאר בהמה וחיות'י ארץ, און דאס ווערט א דין אין שמיטה, אין שנה השביעית, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא פון צדקה, נאר אין א צדקה אין אן אופן הכי גדול פון די מעלות בצדקה איז דאך אז אינו יודע מן נתן לו. בשעת מ'באקומט און מ'עסט דער עני אדער דער לוי, אדער אפילו דער הב דילא דבהמה וחי פון פירות שמיטה איז דאס ניט אז דאס גיט אים דער בעל השדה אדער בעל הכרן וכיוצא בזה דער דין איז, אז דאס איז דעמאלט עסט ער דאס, דערפאר וואס דאס איז הפקד און דאס איז משולחנו פון דעם מלך מלכי המלכים, נותן התורה ומצווה המצוה, ניט ער נעמט דאס פון דעם בעל השדה, דעם בעל הכרם, יענער טאר גאר ניט קיין פראווען בעה'ב טישקייט אויף דעם שדה מיטן כרם שלו, וויבאלד אז דאס איז שנת השמיטה, אפקעתא דמלכא, בלשון ההלכה ובלשון הגמרא.
¶5וואס דאס איז אויך, כמדובר, די הוראה נוספת פארבונדן מיט דער קביעות מיוחדה, וואס דאס איז שנת השמיטים, וואס ראש השנה שלו איז ביום השבת, און וואס ס'קומט אויך אויס דער ענין פון חמשה עשר באב אין פרשה עקב בשנה זו, וואס והיו עקב תשמרון איז בפשטות גייט דאך דאס גלייך אויף דעם ענין פון לימוד התורה. בפרט נאך ווי ער איז מאריך בארוכה אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאג, אז ס'וועט ניט זיין דער תשמרון, במילא וועט זיין דער ענין פון שכחה, וואס דער עיקר ענין השכחה וואס איז אסור איז דאס בהנוגע צו שכחה אויף נותן התורה, ווי פירוש הפשוט אין חומש, און דער שכחה אויף תורה, ביז וואנענט אז דאס איז נוגע צו מתחייב בנעשו.
¶6וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה צו פרשה עקב, און צו דעם שיעור אין פרשה עקב וקביעות פון שנה זו ביום השני, וואס הויבט זיך גלייך אן מיט דעם ענין פון תן תשקח, נאר א שיקחה נאך א ברייטערערע, וואס דאס איז די שיקחה אויף דעם ענין פון אלקות, כמבואר בפשטות הכתובים.
¶7וואס דאס איז די שייכות מיוחדה אויך מיטן שיעור פון חומש, און אויך די שייכות מיוחדה מיט דעם ענין מיט שאר השיעורים כפי שיתבאר לקמן, און דער עיקר אבער, אז דאס איז אויך פארבונדן מיט א מצוה כללית, וכמדובר כמה פעמים, אז א מצוה כללית איז דאס כולל ניט א סוג מצוות, איז דאס נאך אלץ ניט כמצוה כללית, אז א מצוה כללית במיוחד איז ווען דאס איז כולל אלע מצוות, בדוגמא ווי דער רמב� זאגט אין די כללות וואס רעכנט מען אלס א מצוה בפני עצמה, אויב דאס איז ניט א מצוה וואס זי איז כולל כל התורה ומצוותי,' דעמאלט איז דאס ניט שייך צו רעכענען אין מנין המצוות, וויבאלד אז זי איז כולל אלע מצוות. בשעת מ'זאגט מטשקח את הוי'אלקים יא. אלקיך איז דאס א ציווי כללי וואס איז כולל כל המצוות והתורה, על אחת כמה וכמה, און אויך ווי ס'קומט דערנאך ארויס אז מ'זאגט כחי ועוצם ידו וכו.' וואס על פי זה איז אויך פארבונדן דאס מיט אן ענין וואס ווי געבראכט כמה פעמים, אז אין סמרג רעכנט מען דאס אלס א מצוה בפני עצמה. שטעלט זיך אויפן פסוק כאן תשכח את הוי'אלקיך און זאגט, אז לכתחילה איז ביי אים געווען די קא-סלקא-דעתך, ער זאל דאס ניט אריינרעכענען אין מנין הלאוים, ווארום כל מקום שנאמר ישמר פן ועל, פן תשקח, איז אט דעמאלט איז דאס א לאו, ביז וואנענט אז ער האט דאס ניט געוואלט אריינרעכענען, כאמור, איז ער נתגלה געווארן בחלום, אזוי שרייבט ער בשיחת,
¶8אז שכחת אויף א מצוה עיקרית, וואס די מצוה עיקרית איז דאס דער ענין פון פן תשכח את הוי'אלקיך, און זאגן כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה, און דערפאר האט ער דאס דערנאך אריינגעשטעלט אין די מצוות אין דעם ענין המצוות פון לא-תעשה, וויבאלד אים האט זיך אזוי גע'חלום'ט, און א חלום וואס דאס איז געווען, כמדובר כמה פעמים, בנוגע צו כללות הספר פון שאלות ותשובות מן השמים, און אף על פי כן איז דא דינים וואס מ'נעמט זיי פון און מ'ברענגט אויף דערויף א מקוד-אזוי שטייט אין שאלות ותשובות מן השמים, וכמבואר די שקלא וטריא בזה, ווי שטימט דאס ביי די ענינים צוזאמען. אבער על כל פנים שטייט אזוי בפירוש אין סמר, אז אים האט זיך גע'חלום'ט, און דערפאר האט ער דאס אריינגעשטעלט אין זיין ספר, איז דאס א ספר על פי נגלה, און מנין המצוות על פי נגלה, אלס א מצות לא-תעשה בפני עצמם דער ענין פן תשכח את הוי'אלקיך, און דערנאך כוחו ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה. וואס דער רמב ם ברענגט דאס ניט אין מנין המצוות, וואס יש לומר, ווי געבראכט שוין אין מפרשי סמרג אויך די הסברה, אז מ'קען זאגן פארוואס רעכנט דאס ניט דער רמב ם, אלס א לאו בפני עצמו איז אויך ניט דער רמב ם וכיוצא בזה דערפאר וואס דאס איז א מצוה כללית וואס זי איז כולל כל התורה ומצוותי איז דער ענין פן תשקח את הוי'אלקיך מיט דעם המשך הכתובים איז דאס כולל כל התורה ומצוותי. וואס אין דערויף אויך, בשעת ס'קומט חמשה עשר באב, וואס אט דעמאלט איז דאך ענין וואס ווי דערמאנט פריער, אז דאס וואס ס'איז געווען דער ענין פון תשעה באב, איז דאס על מנת אז ס'זאל זיין דער ענין פון ארי'שע, גמירה, יראה, דער ארי'דיקדושה, וואס דאס איז דער נותן התורה ומצוותי', ובלשון הידוע אויך אין הלכה, אז מ'זאגט א זאך וואס דאס איז אסור על-פי תורה זאגט מען ארי'ה די רביעי עליהם, דער לשון און דער נוסח ארי וואס דאס איז א נוסח על-פי הלכה און על-פי תורה און על-פי גמרא וכו'וכו.'
¶9ויהי רצון, כמדובר לעיל, אז בקרוב ממש זאל מקויים ווערן און מ'זאל זען מיט עיני בשר, אז ארי'שעג מילה יראה וואס דאס איז דאך דער ראשי-תיבות אלול, וואס גלייך חמשה עשר באב איז דאך קיימא סיהרא באשלמותא און א רגע לאחרי זה הויבט זיך אן די הכנה צו אלול, כמובן בגן פשוט, אז דאס וואס א לבנה א רגע ואחרי וואס קיימא באשלמותא איז הולכת ומסמעטת איז דאס ניט חס ושלום ס'ווערט מסמאי די קדושה, מ'האט דעם כלל אז ס'דארף זיין מעלין בקודש נאר וואס דען ס'קומט-צו נאך א קדושה בזה, וואס דערפאר ווערט דאס א הכנה צו ארי'שעד מי לא יראה, וואס דאס איז דער ענין פון חודש אלול, כמדובר, און אראפגעבראכט אויך אין אחרונים, און אלס ראשי תיבות'ן פון אלול וכו.' וואס דאס איז אויך כמדובר, אז פון דעם דיבור וכל הענינים אלו זאל מען זען בפועל ווי אזוי ארי'שעג מי לה יראה דער אויבערשטער, במילא פאלט אן די יראה ופחד אויף כל הענינים וואס זיי האלטן אפ, די גאולה האמיתית והשלימה, אף על פי וואס כלו הקיצין ביז ארי'שעג ווערט דאס מיט א שעגה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ווערט אויפגעטאן מלא עיכבם אפילו כהרב פייער, און ס'ווערט דיר שיי גע'פועל'ט, אז ס'ווערט בטל זייער גאנצע מציאות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וואס ווערט דעמאלט גלוי בעיני כל בשר די גאולה האמיתית והשלימה, אז דורך דערויף וואס קומט פון שבט יהודה, וואס זיין דוגמא אין חיות הארץ, איז דאך א ענין פון ארי כמבואר אין תורה, אין תורה שבכתב,
¶10אפילו צדוקים עדים בזה, אז דאס איז ענינו פון יהודה, וואס דאס איז געווען אויך דער דגל ווי מבואר אין מדרשים פון שבט יהודה וכיוצא בזה, על אחת כמה וכמה פון דוד מלך ישראל און שלמה בנו, וואס דער מקדש שיבנה במהרה בימינו אמן, ווי דער סיום פון מסכתא תענית איז דאך נבנה על ידועם, און אזוי די הלכה ווי ס'ווערט אראפגעבראכט, הלכות מלכים ומלחמותיהם, וואס די מלחמות איז אין אן אופן וואס הוי'הלכם לכם איז ווערט דאס די מלחמות, די הלכו מלחמת הוי במילא ווערט גלייך דער נצחון תיכף ומיד ממש, און לעיכבם אפילו כהרף פייע, און ס'ווערט גלייך נתגלה דא למטה דער בית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך צוזאמען מלכות בית דוד, וואס דאס איז פון שבט יהודה, וואס ענינו אז ארי'און דגלי ארי'כמבואר לעיל, און מ'גייט מיטן גאנצן תוקף פון אן ארי ווארום על מנת אז ס'קומט דער ארי'זה הקבושה און קומט אראפ למטה אין שבט יהודה, און אין שבט יהודה עצמו אין דוד מלכא משיחא ושלמה בנו, און ס'ווערט אראפגעבראכט למטה אין אן אופן וואס נתלבש אין בית המקדש דלמטה, דער מקדש אדנ'כוננו ידיך ובמהרה בימינו ממש. לחיים.