עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hwanpwf2

kind
paragraph
order
a
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווערט דאך די שאלה, וואס הייסט ער קען דאך בא זיך ניט צונעמען די בחירה? איז אויף דערויף דער ענטפער, אז בשעת מעשה הויבט די תשובה כדרוש, איז בא אים האט ער בא זיך צוגענומען די בחירה, עד כדי כך איז בא אים אפגעפרעגט דער גאנצער ענין פון ישוב לכסלו. אט דאס וואס איבערמארגן אדער מארגן אדער מחר לאחר זמן וועט בא אים ווערן א שינוי מצד הבחירה, רירט דאס ניט אן זיין החלטה מ זיין תוקף וואס איז געווען מיט א טאג לפני זה, אדער מיט א שעה לפני זה, אדער מיט א צייט לפני זה, על דרך זה אויך בנוגע לעניננו. וואס אט דא ווערט די שאלה, אז יתכן? מ'דארף דאך אויפהיבן א רעש, קול רעש גדול, און זען אז מ'זאל זיך פארנעמען מיט הקהל את העם האנשים והנשים והטף וכמדובר, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו הקרבת הקרבן, אז בזמן שבית המקדש הי'קיים, און מ'האט ניט געדארפט האבן אויף דערויף דוקא א כהן, ער מעט מקריב זיין דעם קרבן על גבי המזבח, און אן אנדערער האט דאס גאר ניט נאר ניט געדארפט, ער האט דאס גארניט געטארט, משחרב בית המקדש און תפילות במקום קרבנות תקנום אט דעמאלט איז געווארן דער סדר, אז ווי מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, איז מען שוין שייך מקריב זיין א קרבן בכל הפרטים שלו, ווי זיי שטייען אין די הלכות אדער אין די תפילות וואס במקום קרבנות תקנום.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions