transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט זיך פריער דערמאנט וועגן דעם ענין פון הקהל, נוסף וואס מ'האלט שוין אין איין רעדן כמה פעמים בענין זה, וואס בכלל געפינט מען אין דערויף אן ענין תמוה, אזוי איז דאך דא א כלל, אז ציון דורש אין לה מכלל דבעה דרישה איז דאך דערפאר בכמה און א ריבוי ענינים פון תורה האט מען געמאכט, אז זכר למקדש, ווי מ'זעט דאס בפשטות בכמה וכמה מנהגים און אויך בכמה וכמה דינים, אנהויבנדיק אפילו אין רגל הראשון, פסח, וואס איז געווען נאך קודם מ'איז געקומען אין ארץ-ישראל, און קודם מתן-תורה איז אויך דא שוין דא אין דעם סדר אויך א זכר למקדש, ועל דרך זה בכמה ענינים, וכמדובר, ניט נאר אז דאס קומט אראפ אין א מנהג, ביז דאס קומט אפ אין ענינים של הלכות. בשעת ס'קומט צו הקהל געפינט מען ניט אז מ'זאל מאכן א זכר למקדש, אף על פי וואס הקהל קומט דאך אלעמאל
¶2בסוף שנה השביעית, בתחילת שנה השמינית כלשון הכתוב, וואס שנה השביעית איז ניט נאר אז זי האט א זכר למקדש, נאר ס'איז גאר דא אזוינע וואס האבן גאר געהאלטן א שמיטה, איז אויך בזמן הזה ענינים דא וואס זיי זיינען מן התורה, אף על פי וואס רוב הפסקים, דאס מערניט ווי מיט די רבנן, איז דאך אבער אויך חביבין דברי סופרים יותר מדברי תורה, וואס דער ענין מיט דער רבנן בנוגע צו שמיטה איז נאך געווען בזמן בית שני, כמובן פון כמה סיפורי התורה און הלכות שבמשנה, און אף על פי כן האט זיך געענדיקט די שנה השביעית, געפינט מען ניט אז דערנאך זאל מען מאכן א זכר אין דעם ענין פון הכל, כידוע אין דערויף די שקלא וטריא, אז ס'איז געווען אזוינע וואס האבן דאס געוואלט מחדש זיין, מאיזו סיבה שתהי'וכו'בדורות שלפני זה, וואס ס'איז אבער ניט נתקבל געווארן בפועל. וואס יש להאריך בזה בשקלא וטריא איז וואס איז די סיבת הדבר בהלכה ובשקלא וטריא בטלפולי דאורייתא, אבער דאס איז אזוי די מציאות, מ'האט דאך געזען גדולי ישראל בעיני בשר, און מ'האט געוואוסט אויך ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט אין דורות שלפני זה, סיי אין חוץ-לארץ און אפילו אין ארץ-ישראל, און מ'האט ניט געזען אין זיי קיין ענין של זכר להקריב. באיזה ענין שיהי'איז דאך מילתא היא, וואס אף על פי וואס ס'בלייבט אן כמדובר, אז דער שקלא וטריא שבדבר, ובפרט לאחרי שכבר נדפס ובזה כמה ענינים וכו,' אבער בהנוגע לפועל געפינט מען ניט, סיי אין חוץ-כאמור סיי אין חוץ-לארץ, סיי אין ארץ-ישראל, אז מ'זאל מאכן א זכר להקהל משחרב בית המקדש.
¶3מ'קען ניט וויסן די שנים ראשונות לאחרי החורבן, דערפון איז דאך קיין ראי'ניט וואס מ'האט ניט געבראכט, אויב ס'איז דערנאך גלייך בטל געווארן אבער בכל אופן ס'איז ניטא מ'געפינט ניט אין גמרא, אין ברייתא, וכיוצא בזה, אז ס'זאל זיין דער זכרון פון הקהל משחרב בית המקדש.
¶4אף על פי כן, וויבאלד אז מ'זעט אז ס'איז דא א התעוררות בזה, און בשעת מ'דערמאנט דעם ענין, ובפרט נאך אז מ'איז מדגיש און מ'רעדט דעם תוכן פון די פרשיות האמורות, און ווי אזוי מ'איז געשטאנען דעמאלט בלשון הרמב,"ם כעומד לפני הגבורה וכו איז דער רעדן וועגן דערויף אליין איז שוין עושה ראשם, בפרט נאך ווען דאס איז דברים היוצאים מן הלב, על אחת כמה וכמה אז מ'רעדט דאס ברבים, אז כל בעשרה שכינתא ושי,' אדער נאך מערערער, על אחת כמה וכמה אז מ'רעדט דאס ווי אן ענין וואס איז זיך נוגע אויף דעם מברר זיין בדבר, וואס ס'זאל ניט זיין די מסקנא, אבער וועגן וואס איז ער שקלא וטליא שלו? וועגן דעם ענין פון א מעמד ומצב וואס הא אנשים והנשים והטף שטייען און הערן פי המלך כאילו שומע מפי הגבורה און מיט אלע לשונות און די אלע כוונות, ווי דער רמב'ם רעכנט דאס אויס, איז דער רעדן וועגן דערויף אליין ברענגט אים שוין אריין אין התרגשות.
¶5אמת טאקע, ער ברענגט דאס אריין אין התרגשות, אויב ער האט נאר א אידישע הארס כדבעי, אפילו ווען ער רעדט אין דערויף ניט אין סוכות פון שנה השמינית, נאר ווען ער רעדט אין דערויף אין א וואכעדיקן טאג, אין איינע פון די שש שני עבודה, דאס קומט אבער ניט בשעת ער דערמאנט זיך און זעט, און זיצט אין סוכה, און דאס איז א מקום קדוש וכו און האט נאך דערביי א שרה מישראל וואס שכינתא שערי וכו.' אבער אף על פי כן, כמדובר, האט מען דאס ניט געפונען. בשעת אבער מ'זעט, אז דורכרעדן אין די ענינים, ובפרט נאך מקשר-זיין מיט דעם זמן, און אויך מיט א מקום קדוש פון בית הכנסת ובית המדרש, און גלייך מדגיש זיין, אז דאס דערמאנט אויף דעם און דעם מעמד ומצב וואס ס'דארף זיין די כוונה על מנת למען וואס דאס איז גאר די פשטות הכתובים איז דאס אדער א חלק פון דער מצוה, אדער גאר דער עיקר המצוה, אז דאס זאל פועל-זיין, לעירא אותו, דעם אויבערשטן כל הימים, סיי ביינאכט און סיי בייטאג, און סיי אין שנה השמינית ואין שהקהל, סיי כאמור אין א וואכעדיקן טאג, בימות החול ובחוץ לארץ, כל הימים,
¶6איז בשעת מ'זעט אז דער רעדן בדברים אלו איז דאס פועל, און דורך דערויף ווערט מען נתר גש, במילא ברענגט דאס א הוספה אין יראה אותו כל הימים באיזה אופן שיהיה, מאיזה סיבה שתהיה, אפילו ווען די מסקנא קומט ביי אים אויס אנדערש, אבער דאס רעדט ער וועגן יראת הוי און יראה אותו כל הימים וכו'וכו איז דאס גופא ברענגט אין אים א תוספת און אן עלי'אין דעם יראת הוי בפרט נאך, אז ס'קומט דער זמן מסוגל הזה, וואס בשעת ער רעדט מיט אים וועגן די ענינים אלס א הכנה צו סוכות, און רעדט מיט אים בסוכות עצמם, און דעם טאג ווען מ'האט געמאכט הקהיל אויך אדער ערב פון דעם טאג, אדער אין די וואך וכיוצא בזה, זעט מען דאך בפועל, אז דעמולט קען ער זיך אויפפרעגן, און ס'וועט זיין פארשטאנדיק פארוואס ער רעגט זיך אויף אין א גוטן אופן און א פריילעכן אופן, אין די ענינים אלו, במילא דברים היוצאים מן הלב, און פון נאך טיפער פון הארצן איז פועל און פעולתם נאך מערער ווי דברים טאקע טובים, אדער היוצאים מן חיצוניות הלב אדער מפנימיות הלב, אבער ניט מפנימיות די פנימיות הלב איז אט דא ווערט דאך די שטורעמדיקע שאלה. הערט זיך איין אידן? מ'גיט יעדערן פון אייך יומא זכאין, און מ'גיט יעדערן פון אייך דער ביאור בארוכה, ובפרטיות, ובפרטי-פרטיות, אז מ'קען דאס אפטייטשן אויף דזשארגאן אין פשוטם של ענינים, וואס הכל איז געווען, און מ'זאגט אז א איד איז העכער פון הגבלות פון זמן ומקום, און יעדער איד קען דאך איצטער אוועקשטעלן א מעמד ומצב, אז ביי אים וועט ווערן ליראו את הוי'כל הימים מצד זיין מעמד ומצבו עתה שטייט ער שוין אין א מעמד ומצב, בדוגמא ווי מ'זאגט אין תניא, אין תשובה, אדער אין דעם רמב״ם שוין, אז די תשובה איז, אז ער טוט תשובה, אז לא יחטרי עוד לעולם לא ישוב עוד לכסלו,
¶7ווערט דאך די שאלה, וואס הייסט ער קען דאך בא זיך ניט צונעמען די בחירה? איז אויף דערויף דער ענטפער, אז בשעת מעשה הויבט די תשובה כדרוש, איז בא אים האט ער בא זיך צוגענומען די בחירה, עד כדי כך איז בא אים אפגעפרעגט דער גאנצער ענין פון ישוב לכסלו. אט דאס וואס איבערמארגן אדער מארגן אדער מחר לאחר זמן וועט בא אים ווערן א שינוי מצד הבחירה, רירט דאס ניט אן זיין החלטה מ זיין תוקף וואס איז געווען מיט א טאג לפני זה, אדער מיט א שעה לפני זה, אדער מיט א צייט לפני זה, על דרך זה אויך בנוגע לעניננו. וואס אט דא ווערט די שאלה, אז יתכן? מ'דארף דאך אויפהיבן א רעש, קול רעש גדול, און זען אז מ'זאל זיך פארנעמען מיט הקהל את העם האנשים והנשים והטף וכמדובר, בדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו הקרבת הקרבן, אז בזמן שבית המקדש הי'קיים, און מ'האט ניט געדארפט האבן אויף דערויף דוקא א כהן, ער מעט מקריב זיין דעם קרבן על גבי המזבח, און אן אנדערער האט דאס גאר ניט נאר ניט געדארפט, ער האט דאס גארניט געטארט, משחרב בית המקדש און תפילות במקום קרבנות תקנום אט דעמאלט איז געווארן דער סדר, אז ווי מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, איז מען שוין שייך מקריב זיין א קרבן בכל הפרטים שלו, ווי זיי שטייען אין די הלכות אדער אין די תפילות וואס במקום קרבנות תקנום.
¶8ועד כדי כך, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן קטנים וקטני-קטנים איז מען שוין אויך מחנך, ניט נאר בנוגע צו כבד את אביך ואת אמך אדער כיוצא בזה, אכילת כשרות וכיוצא בזה, מ'איז זיי אויך מחנך, ואדרבא דערפון הויבט זיך גאר אן דער עיקר חינוך אין ענינים של תפילה, וואס אין די ענינים של תפילה איז אויך דא אזוינע תפילות וואס במקום קרבן התמיד תקנום וכיוצא בזה, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז תורת אמת זאגט מ'זאל זיך דערמיט פארנעמען און אויף אזא אופן מחנך זיין איז דאס גופא מכריח צו זאגן, אז דאס איז ביכלתו של קטנים וביכלתם של קטני קטנים, ואין הדבר תלוי מערניט ווי אין דעם מחנך ער זאל געפינען די אותיות ווי אזוי ביי אים עפענען און צו אים צוברענגען, אין אזא מין סגנון און מיט אזא מין לשון, אז דאס זאל זיין לפי שכלו והבנתו אין דעם גילה אין וועלכן ער געפינט זיך איצטער, בשעת ער דארף מיט אים רעדן און דארף אים איצטער מחנך זיין.
¶9און ס'איז דאך מובן וגם פשוט, אז לכל לראש דארף זיין דער ענין פון הקהל בשעת מ'פארבינדט דאס און מ'איז מסביר זיך, און די אידן ארום זיך, ביז אויך הטף, אז ס'איז דא אן ענין פון א מקדש רוחני, פונקט ווי ס'איז געווען דעמאלט א מקדש גשמי בפשטות, איז איצטער דא א מקדש רוחני, און ושכנתי בתוכם אט דאס איז א אידישע הארץ, און אין דער אידישער הארץ וואס ס'געפינט זיך ביי אים ברשותו ובגופו, ואדרבא דאס איז פליג דמי לשייפין קומט דאך דאס פון דעם הארץ, אף על פי וואס זי האט חלל הימני און אויך חלל השמאלי-איז פלי קדמה לכל שייפא, און דער דם הוא הנפש שבכל האברים, אויך אין מוח שבראש, נעמט זיך און ער קומט-אן אהינצו פון דעם לב וואס מראה באצבעו ואומר זה אט דאס איז אט די הארץ וועגן וועלכע ס'רעדט זיך. און דאס רעדט ער אויף זיך אליין, און מ'קען דאס באווייזן מיט זיין בת זבאו אליין אויף זיך, איז דאך פארשטאנדיק די געלעגנהייט, במילא אויך דער שטורעם ווי מ'דארף אין דערויף טאן און ווי מ'דארף אין דערויף טאן, און וואס מ'דארף אין דערויף טאן, און אין אן אופן אז יפה שעה אחת קודם, און אין אן אופן, אז טאמער לאזט ער דורך א געלעגנהייט, ווייס מען ניט צי דערנאך וועט ער האבן אט די געלעגנה הייט נוסף אויף דערויף, וגם זה עיקר, אז אויב ער וועט נוצן די געלעגנהייט איז אט דעמאלט בא די צווייטע געלעגנהייט וועט ער קענען טאן כפליים לתושי', משא יכ אויב אט די געלעגנהייט וועט ער ניט אויסנוצן וועט ער דעמאלט דארפן אנהויבן פון דאסניי.
¶10והעיקר, אז אין התועלת, אין כוונה און אין המטרה, זיי רעדן וועגן דעם צו א צווייטן, די כוונא בזה איז, אז איינער זאל רעדן צו יעדער צווייטן וועמען ער טרעפט האנשים אדער נשים והטף, און דערציילן זיי וועגן הקלו בכל השנים כולם, על אחת כמה וכמה אין א שנת הקהל, און קרוב לחג הסוכות, און דערנאך בחג הסוכות עצמו וכו,' און דערציילן בדברים היוצאים מן הלב, און גלייך מיט דער מסקנא שבדבר, אז דאס מיינט מען אים, והמעשה הוא העיקר, און דאס מיינט מען זיינע בני-בית, און דאס מיינט מען זיינע מושפעים. און אט דעמאלט האט מען די הבטחה, כאמור, יגעת וועט זיין נאך מערער ווי דערפון צערא אגרא לא נשתדלות וועט זיין אויך ומצאת אין אן אופן של מציאה. וכמוזכר לעיל, די אלע מציאות וועלן זיך צוזאמענלייגן צוזאמען, וועט דאס ווערן די איין גרויסע מציאה פון משיח צדקנו, און מ'וועט אלע צוזאמען געפינען די מציאות פון דוד מלכא משיחא בארץ הקודש ובירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש השלישי, מקדש אדנ'כוננו ידיך, און דארטן פראווען אין שנת תסמך דער הקהל בפשטות, והמלך קורא לפניהם פרשיות בתורה, ומתוך שמחה גדולה, אף על פי וואס דעמאלט איז דאך אויך דא ווי דער עיקר גאר דער ענין ווי דער רמב'ם רעכנט אויס דעם ענין פון אומר ויראה וכיוצא בזה, איז דאך דאס ווי מ'זאגט אויף ראש-השנה, וגילוי בירדה, אז דעמאלט איז דא ווי מ'זאגט שאת תסוק, ווי די הפטורה די בשבת שלפני זה, נאר וואס דען? דאס בגלוי איז דא דער רעדה, און בתוכו איז רצוף דער ענין פון גילוי, און דערנאך קומט דאס גלייך ארויס בגלוי,
¶11אויך די גילה, ביז ווי דער המשך העמור פון שמח תשמח, אז ס'ווערט א שמחה בליום ידידה והגבלה כלל, און דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם מונג און אין דער יראה ובכל ענינים אלו, וכמדובר, העיקר, אז יעדערער און יעדערע, ביז קטני-קטנים, זאלן טאן אין דעם ענין פון הקהל, ובפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, להובטה ובבטחנו, אז הבא לטייר מסייענותו, און כאמור לעיל יגעת ומצאת, ומתוך שמחה אמיתית און א שמחה גדולה, בלי מדידות והגבלות. לחיים.