עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hvgv0ec2

kind
paragraph
order
E
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך דער ועכו יתן אל לבו צי ערשטע זאך וואס יתן אל לבו אין הנוגע למעשה בפועל, בנוגע צו דעם פרייטאג, קודם הדלקת הנרות, ויש לומר על דרך זה אין די זמנים ווי ס'איז אנגעוויזן ווען מ'האט גערעדט דעמאלט די מאמרים יעדערן אין זמן שלו, וואס דאס איז דאך זיכער זמן המיוחד שלו, איז דאס אויך נזכנים ונעשים בשעת ס'איז די קביעות ווי דעמאלט איז געווען, על אחת כמה וכמה ביתר שאת וביתר עוז, ווען דאס איז, כאמור, אז שנת פון הכל האנשים ואנשים וטף וואס דאס איז דאך אויך מעוד ווי ס'איז געווען אין דעם ענין בני ישראל, וואס וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין בר מדבר, אז מ'זאגט דער מנין טאקע מבן עשרים שנה, אבער דערנאך איז אויך געווען דער מנין פון שבט לוי מבן חודש ומעלה, און במיוחד נאך ווי תורה שבעל פה איז דערנאך מסביר, אז כל אחד ואחד, לא שבט לוי בלבד, נאר כל אחד ואחד קען ער ווערן אין דער דרגא פון שבט לוי ביז אין א כהן גדול, קודש הקדשים, איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דאס האט אט א שייכות, און ניט סתם א שייכות נאר דאס קען אויך געטאן ווערן על ידי הנשים, ביז אפילו אויך על ידי הטף, ובמיוחד נאך, אז בחג השבועות האט דאך דער טף א חשיבות מיוחדה, ווי דערציילט אין פירוש פון תורה-שבכתב, אז דער אויבערשטער האט געבעטן ערבים, און דערנאך האט ניט געזאגט בנינו עורבים בעדינו וואס דאס איז דאך בפשטות די וואס זיינען געווען נאך קודם חבלת עול מצוות, פאר בר מצוות, במילא וועט קענען זיי זיין אן ערוך, ווארום מצד עצמם האבן זיי נאך ניט דעם ענין פון התחייבות, ויש לומר נאך מערער, אז דאס איז אויך אין זיך כולל, אז ער האט אפילו ניט די התחייבות פון חינוך,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions