עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hv7ha4ph

kind
paragraph
order
JN
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס על דרך זה איז דאך הימים אלו נזכרים ונעשים, ובפרט לתורת הבעל שם טוב, אז בכל רגע ורגע ווערט די התחוות ונקט ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה פון עצמות ומהות שלא קדמה לו סיבה ועילה חס ושלום מאין ליש ממש, און דוקא פון דעם ארט, וואס דארט איז ניט שייך אפילו צו זאגן א גדר פון א סיבה ועילה, און דאס ווערט דער רגע ורגע פון כל ימי חיי האדם עלי אדמות, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק פתגם רבותינו הודעת רבותינו נשיאינו, אז אפילו לאחרי מאה ועשרים שנה, איז אויך דארט אויך שייך די עלי'מחיל אל חיל און מתאים לעלי'בשנים אין זמן ומקום גשמי, ביז ווי די ראי'בזה און דער הוכחה בזה פון דער אמירת דברי אלקים חיים, דורך נשיא דורנו, וואס ער האט דאס מפרסם געווען בנוגע צו אמירת פון דברי אלקים חיים פון זיין פאטור, וואס ער איז געווען דער ממלא מקומו, אז ס'איז געקומען די שנה מסויימת האט ער דעמאלט געזאגט דעם מאמר חסידות אויף דעם פאפיטל אין תהלים וואס ס'איז מתאים למספר השנים וואס הויבט זיך אן עשרים במרחשון, כמדובר כמה פעמים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions