Paragraph
Paragraph rh-ht9p1t12
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ces4z15t
- order
- j
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט הישג יד הנותן, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער גיט אים די יכולת און דעם כח ער זאל קענען דאס דורכפירן כפי משעלות לבבו הטהור והנדיב, און דערפאר גיט ער אים א ריבוי אין ענינים גשמיים, כספם וזהבה מטן בגשמיות, במילא קען ער אויך דורכפירן זיין החלטה טובה אויף געבן צדקה ביד רחבה וכו,' רחבה בכל הענינים ובכל הפרטים, וואס דערפאר איז אויך האט דא ניט קיין ארט אויף געבן צוויי מאל אדער דריי מאל וכיוצא בזה, איז דאך דאס אלץ בהגבלה. לאידך גיסא קען מען דאך ניט געבן אז ס'זאל זיין בפועל, בלי גבול, איז דערצו איז די עצה, אז מ'גיט דוקא איין און איינציקער זאך, וואס דאס איז די התחלת כל הענינים, ווי אויך נדמז אין דערויף, אז אלף איז דער אפטייטש, אז דאס איז איין און איינציקע זאך, וביחד עם זה איז דאס אויך דער אפטייטש פון אלף, וואס דאס איז נאך העכער פון עשר פעמים עשר און פעמים עשר ביז וואנענט אז דאס ווערט עשר פעמים עשר עשר וכמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0