Paragraph
Paragraph rh-ht7jkgsn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- 8r
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- געגעבן האט ער דאס אין אן אופן וואס ער האט אלץ וואס ער דארף האבן, אז ער זאל זיין בשלימות און מ'זאל קענען פארטזעצן זיינע ארבעטן, און זיינע פעולות, און זיינע מסחרים וכו.' וויבאלד אבער דער אויבערשטער זעט זיך אויך פאר וואס ס'וועט פארקומען בעתיד הקרוב, ביז אפילו אויך בעתיד הרחוק, און דער אויבערשטער גיט בחמל רבה אפילו ווען דער איד דארף נאך אין דער צייט דערצו ניט אנקומען, וויבאלד אבער אז אויב דער אויבערשטער וועט אים געבן נאכמערער און נאכמערער, וועט ער קענען שוין איצטער אנהויבן די הכנות, אז דער עתיד זיינער די צוקונט זיינער זאל זיין נאך מיט מער הצלחה ווי על דרך הרגיל, אפילו אז אין טבע האט דאס ניט אלעמאל אן ארט, איז דאך אבער א איד ניט געבונדן מיט הנהגת הטבע, מ'דאכט אז דער עצם פון א אידן, דער עיקר פון א אידן, איז דאך זיין נשמה אויף וועלכע מ'זאגט אז דאס איז חלק אלוקה ממעל ממש איז דאך פארשטאנדיק, אז זי איז ניט פארבונדן מיט די באגרענצונגען פון עבר און פון הוה, און ער רעכנט זיך אויך מיט דעם עתיד אויף איבערשטעלן אויך, בכל האפשרי,
- proofread
- 0