עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hsy8wn8a

kind
paragraph
order
cT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'איז מכריח א אידן, אז ער זאל מיטנעמען פון דער מצוה און די מצוות וואס ער האט שוין געטאן, איז מען אים מכריח, על ידי התורה ומצוותי און מיטן אויבערשטן אליין, ער זאל נאכמערער מיטנעמען מיט זיך די אלע מצוות וואס ער האט געהאט ביז איצטער, און אויסנוצן יעדערע פון זיי, ועל אחת כמה וכמה אלע צוזאמען, אז דאס זאל ברענגען נאך מצוות, נאך מצוות, ביז אז דאס וועט ברענגען די מצוה הכי גדולה, אז יעדערע פון אייך און יעדערע פון אונז בתוך כלל ישראל וועט זיין צוגעגרייט עמדו הכן כולכם אויף מקבל-זיין פני משיח צדקנו, און מקבל-זיין די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות, למטה מעשרה טפחים בתחתונים ממש, ווארום מ'האט שוין געטאן אלץ וואס מ'קען אויף מאכן פון די תחתונים א דירה לו יתברך, און מ'האט שוין די אלע נויטיקע החלטות אויף טאן מארגן און נאך היינטיקן טאג עצמו נאכמערער אין די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון עשיית דירה לו יתברך, און אין אן אופן אז שתהש עלהרת עולה מאלי'און אין אן אופן אז דאס נעמט ארום כלל ישראל, על דרך ווי ס'איז געווען די מנורה שמשכן, און וואס איר איז דערנאך אויך געווען, און ביז ס'איז געווען עשר מנורות ווי ס'איז געווען אין בית המקדש של שלמה, ווי דערציילט אויך אין תורה-שבכתב, על אחת כמה וכמה מיט די אלע פרטים ווי ס'ווערט דערציילט טרעגן דעם אין תורה שבעל פה, וואס מנין העשירי איז דאך אויך מרמז, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז אן אופן פון לימוד בתורה אויך דורך דרך הרמז, אז דאס איז מרמז, אז דאס איז א צוגרייטונג צו דעם שלימות אין זמן ומקום, וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם מקום פון עשירי יהי'קודש דער ארט ווי דאס איז אין דעם ארט וואס ער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions