עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-hsdhf0wy

kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בפרט נאך כמדובר, אז גלייך נאך דעם ווארט בראשית האט מען גלייך דעם ענין פון די עשרה מאמרות, בראשית נעמא מאמר הוא זאגט מען, אז דער ערשטער פון די עשרה מאמרות איז דאס דער ענין ניט פון ראשית אליין, וואס דאס אליין איז שוין מלכתחילה אריבער, נאר דאס איז ב'ראשית, ובפרט אז ב'ראשית איז דאך דאס צוויי אזונדער אין ראשית, ווי פארשטאנדיק פון פירוש פון תורה שבעל-פה, וואס רש'ברענגט אויך אראפ בפירושו על התורה, אז דאס גייט אויף ישראל, און דאס גייט אויף אורייתא, בשביל התורה ובשביל ישראל, כמדובר כמה פעמים. בפרט נאך לזה פירוש פון תורה שבעל-פה איז גלייך אין בראשית, אז מ'זאגט, אז דער ענין פון ויהי אור איז דאס הייסט שנברך ביום ראשון, כמוזכר לעיל וואס אדם מסתכל בו מסוף העולם ועד סופו, און ווי חסידות טייטשט אפ דעם דיוק, אז ניט מראש העולם ועד סופו, נאר מסופו ועד סופו, דערפאר וואס דאס איז כולל אלע עלמין דאסגליא און אלע עלמין דאיתקסין.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions