פסקה
פסקה rh-hqfrzdwy
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2zzbbszm
- order
- m
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז תורת אמת, און תורה וואס זי איז א באלעבאס אויף דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה ווי די וועלט איז פארבונדן מיט אידן, על אחת כמה וכמה ווי די וועלט איז פארבונדן מיט א גאולה האמיתית והשלימה פון אידן, איז דאך זיכער, אז תורה ווערט דער באלעבאס אויך בגלוי פון כל עניני העולם, על אחת כמה וכמה פון די ענינים עניני העולם, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט נתינה לצדקה, וואס דאס איז דאך מוסיף הצלחה אין יעדער פעולה פון דעם נותן הצדקה, אפילו ווען דאס ווערט געגעבן דורך א קליין קינד, איז דאך א קטן האט דאך די מעשה פון א קטן האט דאך דעם גאנצן תוקף, פועל'ט דאס אויך פעולתו, אז דער אויבערשטער איז ממלא זיין תפילה און זיין בקשה, דאס איז א שנה מיוחדה, ווי געזאגט, אז נתן הוי'אל לכם לב לדעת ונעים לראש וזנעים לשמוע האט מען דאך א נתינת-כח מיוחדה אין די אלע ענינים וואס דער אויבערשטער גיט און מסייע, בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט מצות הצדקה, וואס דא איז דאך די מצוה מיוחדה פון דעם אויבערשטן, ביז וואנענט אז מ'פועל'ט אויך, און אין אן אופן, אז ס'הויבט-אן גלייך דער ענין פון האדם עץ השדה, וואס די עץ השדה איז דאך עניני פירות, און מאן פירי מוצוות, און די מצוות גופא די מצות הצדקה, וואס זי איז דאך א מצוה כללית, און א מצוה וואס באווייזט אויף זירוז, אז יעדער ענין, און ענינים עיקריים, על אחת כמה וכמה, קומען בתריזת הכי גדולה, ביז וואנענט ווי כאמור לעיל, אז אף על פי וואס דאס איז לכאורה א דבר פלא, איז ממנו דער אויבערשטער איז דאך א-א-ל-יכול על אחת כמה וכמה אין א זאך וואס אידן האפן אויף דערויף און בעטן אויף דערויף און ווארטן אויף דערויף, און שאין כלו כל הקיצין און שוין אויך געווען דער ענין פון תשובה און צופוצן די קנעפלעך, כמדובר,
- proofread
- 0