transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז דאך כמדובר יעדער מאל די אנווייזונג און געבן כח פון תורתנו, תורת חיים, ווי אזוי צו פירן זיך אין טאג-טעגלעכן לעבן, אז פותחין בברכה, על אחת כמה וכמה אז מ'שטייט אין א שנה מיוחדת, א שנת העיבור, און א שנה מלאה, ווי גערעדט די אלע פרטים בנוגע צו דעם יאר, מערערע מאל, און בהנוגע וואס ס'איז נוגע אונז במיוחד, בפרט נאך אז מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן אין צוזאמענהאנג מיטן יום הילולא פון דעם נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, וואס ס'הויבט זיך אן די שנת הארבעים פון יום ההילולא, וואס דעמאלט איז דאך אז ס'הויבט זיך אן פערציקטער האט מען דעם כח פון דעם אויבערשטן אליין, אז מ'קומט-צו א לב לדעת פון נעים לרות ואזנעים לשמוע אויף אריינטראכטן זיך נאכמערער און פארשטייט נאכמערער אין די זאכן וואס ארום זיך, ביז אין אזא אופן, אז דאס גיט אויך כח, ווי דער לשון פון תורה איז, אז קיים איניש אדעתו דר בא, אז א מענטש קען זיך דערגרונטעווען צו דעם אמת'ן פארשטאנד פון דעם מענטשן וואס ביז דעמאלט און אויך איצטער איז ער רבו, וואס דאס הייסט אז ער שטייט העכער פון אים, עד כדי כך, אז ער לערנט אים און שטעלט אים אוועקן דרך האמת, ווארום דאס מיינט מען דאך דער רבו האמיתי, איז דאך פארשטאנדיק די כוחות מיוחדות וואס מ'באקומט בשנה זו, און וואס נאך מערער, אז דאס איז ניט נאר וואס ס'קומט-צו בדרך הטבע, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגארגן דרייסיק ניין יאר, און מ'ווערט נאך הויבט זיך אן נאך א טאג, און נאך א חודש, און נאך א יאר, במילא איז דאך נארמאל אין טבע, אז ס'זאל צוקומען אין יעדערנס
¶2הבנה, נאר דא קומט נאך צו וואס נתן הוי'לכם לב לדעת אז דאס איז א נתינת-כח במיוחד פון דעם אויבערשטן אליין, עוסף ווי דאס דארף זיין על פי טבע, און דאס ווערט אין אן אופן וואס תורת אמת רופט דאס אן קאין אז ער דערגרונטעוועט זיך צו דער חכמה פון דעם דעת, פון דעם רב שלו, און דער גרונטעוועט זיך אין אזא מין אופן וואס תורה רופט דאס אן קאים, אז דאס גיט אים א שטעל אז ער קען דערמיט אנגיין, און אין א שטייערדיקן אופן, וואס דאס באווייזט דאך אויף א התחזקות מיוחדה, און אויף א התחזקות א שטענדיקע ניט וואס ער וואקלט זיך, און איז ניט זיכער וואס ער האלט און בא וואס ער פארשטייט וכו', נאר דאס ווערט אין אן אופן פון קאים, אז ער שטייט מיט א פעסטקייט, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז ער האט אויך א השפעה אויף די אלע ארום זיך, אנהויבנדיק פון די בני בית, און דער שכונה מיט דעם גאנצן קול ארום זיך, וואס דאס איז דאך נאכמער וויכטיקייט, וויבאלד אז ס'ווערט טוב לשמים וטוב לבריות, האנשים והנשים והטף, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט היינטיקן טאג, וואס ס'האט זיך געענדיקט דער יום השלישי שהוכפל בקי טוב, טוב לשמים וטוב לבריות. און ווי גערעדט מערערע מאל, אז דער דיוק אין דעם איז, אז ס'איז ניט א טייל פון דעם טאג איז טוב לשמים, און א טייל איז טוב לבריות נאר יעדער רגע פון דער טאג, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז יעדער פעולה און יעדער מחשבה דיבור ומעשה צו וועלכע ער דערגרונטעוועט זיך קען ער דאס נוצן אין א צווייענדיקן אופן, אז דאס וועט זיין טוב לשמים וטוב לבריות, און על אחת כמה וכמה אז ס'וועט זיין טוב לשמים פאר אים ובני ביתו והתלמידיו, און טוב לבריות פאר אים ובני
¶3ביתו ולכל תלמידיו. עאכו כמה וכמה אז אין דערויף קומט נאך צו, אז ס'קלייבן זיך צוזאמען מערערע אידן צוזאמען, וואס דעמאלט איז דאך ווען כולנו כאחד האט מען דאך דעמאלט א ברכה מיוחדה פון דעם אויבערשטן, מיט א נתינת-כח מיוחד, וויבאלד אז כולנו כאחד, ובפרט נאך אז מ'קומט זיך צוזאמען פון פארשידענע ערצער, און ווי רעדט נאך אויך פון פארשידענע מדינות, וואס נאך דעם אז מ'קומט זיך צוזאמען באווייזט דאך דאס, אז דער קירוב איז א סך א שטארקערער ווי על דרך הרגיל, וויבאלד אז ער קען מקרב זיין און פאראייניקן ביז פאראיינציקן אידן-אנשים נשים וטף פון פארשידענע מדינות, און פון פארשידענע פארשעפטיקונגען, ביז אפילו אויך פארשידן אין זייער לימוד התורה, ווארום אין דיעותיהן שוות מוז דאך זיין א שינוי פון איינעם ביז צווייטן א שינוי על פי תורה, וואס דאס באווייזט דאך, אז אלו ואלו דברי אלקים חיים דערפאר וואס די כוונה בא יעדערן איז אלץ די זעלבע, ביחד עם זה, אז מ'קומט אריבער די פארשידנהייטן, און מ'קומט זיך אלע צוזאמען, און מ'קומט זיך צוזאמען אויף א לענגערע צייט לפי ערך, און דערנאך, איידער מ'פארט זיך פאנאנדער, טרעפט מען זיך נאכאמאל, כדי איך אויף נאכמער פארשטארקן דעם קירוב, ביז א קירוב וואס איז געווארן אין אן אופן פון איחוד, ביז וואנענט אז ס'ווערט אין אן אופן אז ס'פועל דערנאך אויפן גאנצן יאר, אז דאס איז שנת הארבעים, איז דער גאנצער יאר האט א כח מיוחד אויף די אלע גוטע זאכן וואס ס'נעמט,
¶4על אחת כמה וכמה אויף די זאכן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט לב לדעת ואין נעים לראש וזניים לשמוע. און בשעת מ'ווייס אז דאס וועט אזוי אנהאלטן, די נתינת-כח מלמעלה, ביז א גאנצן יאר, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'נוצט דאס אויס אין א פולסטער מאס, וויסנדיק אז מ'האט גלייך א נתינת-כח נוספת אויף נאכמער מסליח זיין אין די אלע מחשבות און די ראי'און די שמיעה צו וועלכע מ'איז צוגעקומען, ובפרט נאך וואס מ'האט זיך דאך צוזאמענגעטראפן צווישן צוויי טעג מיוחדים, דער ערשטער טאג פון יו ד שבט, וואס דאס איז דער יום הילולא פון נשיא דורנו, וואס א נשיא איז דאך מאחד פאראיינציקט את הכל, ביז וואנענט ער איז דאס מאחד אין אן אופן אז דאס ווירקט אזוי דעם גאנצן יאר, און ס'ווירקט אזוי אין מחשבות סיי אין דיבור און סיי אין מעשה, ובמיוחד ווירקט דאס אין די ענינים אין וועלכע דער נשיא האט זיך געקאכט, ווי דער לשון פון עמדי בר, וואס ער איז געלעגן אין דעם אויף מקרב זיין אידן און מאחד זיין אידן, און פועל זיינען זיי אין אלע ענינים פון תורה ומצוותי,' אנהויבנדיק פון הפצת המעיינות חוצה. און דאס איז פארבונדן מיט זיין יום הילולא, וואס דעמאלט איז דאך כל עבודתו אשר עבד משך כל ימי חייו שטייט דאס בגלוי ובתוקף ופועל ישועות בקרב הארץ און שטייט אין אן אופן ניט ווי יידער יארצייט, נאר ווי ביי א יארצייט וואס איז פארבונדן מיט התחלה פון שנת הארבעים, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז ביתר שאת וביתר עוז, ביז אין אן אופן פון אין-ערוך, און מ'ווייס גלייך, אז דער יום ההילולא איז פון שנת הארבעים, כמוזכור לעיל, און דער יום ההילולא בכל השנים איז דאך בסמיכות,
¶5מאן צו ראש השנה לאילנות, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט האדם עץ השדה אז דאס איז א ספעציעלער ראש השנה בא יעדער מענטשן, על אחת כמה וכמה בא א אידן, על אחת כמה וכמה ווי די גמרא טייטשט אפ אויף האדם עץ השדה אז דאס גייט אויף א תלמיד-חכם, און דאס רעדט זיך דאך וועגן אידן, וואס זיי זיינען פארבונדן מיטן חכם פון דעם דור, וואס דאס איז דער רבי דער שווער, און יעדערער פון זיי איז זיינער א תלמיד, און א תלמיד נאמן און א תלמיד מסור, והא ראי'אז ער האט דאך מקיים געווען א ריבוי שנים זיינע הוראות ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, און האט אזוי אויך משפיע געווען אויף כל בני ביתו, וואס די תנועה איז דאך אויך דא בא די פרויען און בא די קינדער וואס האבן זיך געהאדעוועט אין דעם קרייז, און געהערן אויך צו די תלמידות און תלמידים ומחונכים פון נשיא הדור, איז דאך אויך דער גאנצער תוקף פון יום ההילולא איז פועל אין זיי, אין זיי און דורך זיי, און אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור, און אין אן אופן פון ראש השנה לאילנות. וואס דאס איז דאך די סגולה מיוחדת בא אידן, אז זיי האלטן אין וואקסן, וואס דאס איז דאך דער ענין פון צמיחה, פון ענין הצומח, און ראש השנה אין דערויף, שטייט דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז, ו.בפרט נאך אז מ'וואקסט ווי תורה וויל, האט מען דאך דעמאלט א ברכה מיוחדה, אז די צמיחה זאל זיין בהשלחה רבה ומופלגה. און מ'זעט דאך, אז אין די ענינים פון צמיחה, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט דרכי נועם און מיט יתימת-לעב מיוחדה, מיט א הארציקייט וואס מ'האט צו דער זאך וואס מ'דארף זען אז זי זאל וואקסן
¶6זי זאל האלטן אין איין שטייגן, וואס דאס איז דאך די תכונה מיוחדה פון נשים ובנות בכלל, און נשי ובנות ישראל במיוחד, וואס אלע אידן זיינען דאך רחמנים, בישנים און גומלי חסדים, בפרט נאך נשים ובנות בישראל, איז דאך בא זיי מצד טבע ביתר שאת וביתר עוז, על אחת כמה וכמה, אז ווי אזוי קומט דאך אויך אין טבע צו דער נתינת-כח מיט א טבע דקדושה, זיינען זיי דאך אין דערויף נאכמער מצליח, און באווייזן אויך א דוגמא חי,"' ווי אזוי יעדערער קען וואקסן, ווי אזוי יעדערער קען איינווירקן אויף זיין גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל האלטן אין איין וואקסן, ובלשון הידוע, ילכו מחיל אל חיל וואס דאס ווערט דאך די הכנה קרובה צו יראה אל אלקים בציון, צו די גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי וועט דאך זיין דורך דערויף וואס יראה אלקים בציון, און מ'האט אויף דערויף די ברכה מיוחדה וואס נשי ובנות ישראל זאל האבן, בפרט אין דעם לעצטן דור פון גלות, וואס דאס איז דאך אויך דער ערשטער דור פון גאולה, בקרוב ממש, אז ווי ס'שטייט דאך אין כתבי האריז ל, אז פונקט אזוי ווי ימי צאתך מארץ מצרים איז דאך בזכות נשים צדקניות שבאותו הדור יצא אבותינו ממצרים אזוי וועט אויך זיין אין דער גאולה פון דעם איצטיקן גלות, וואס ער איז דאך אויך ימי צאתך מארץ מצרים און בפרט נאך אז זיי האבן אויפגעשטעלט דורות בישראל פון בנים ובני בנים, ביז בנים קטנים און קטני-קטנים, דורך דערויף וואס פרו וישרצו וירבו ויעצמו מאד מאד אז אידישע פרויען, ובפרט אידישע מוטערס, און אזוי אדם איז זיי אויך אור זייערע טעכטער, אז מ'זאל זיך שטרעבן אז ס'זאל זיין די בתים
¶7מרובות בבנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי,' געבענטש זיין מיט זין און טעכטער וואס זיי וועלן גיין בדרך התורה ומצוותי,' און אויך באווייזן אין דערויף א דוגמא חי,' אז ווי אזוי מ'טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, פונקט פארקערט ווי ס'איז דאך דא אזוינע וואס קלייבן זיך ניט פאנאנדער אדער טראכטן זיך ניט אריין אפילו אין אן אופן שטחי, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און פרנסה פאר דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה פאר ישראל עם קרובו, על אחת כמה וכמה בשעת ישראל עם קרובו שטייט אין אן אופן גלוי, אז מ'פירט זיך אין א חסידישן אופן אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס אין חסידות איז דאך אן הכי גדול אויף משפיע זיין, און ווי נשיא דורנו האט דאס פילאמאל אונטערשטראכן, אויף זיין אליין א נר להאיר און משפיע זיין אויפן גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל לייכטן פאר זיך, און לייכטן ארום זיך, און מאכן דעם גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל ווערן נרות להאיר ובפרט נאך ווי כאמור, אז ס'הויבט זיך אן דער פערציקטער יאר פון דער ערשטן מאל פון יום הילולא, וואס דעמאלט האט מען דאך א הבנה והשגה מיוחדית, סיי אין חכמה און סיי אין בין און סיי אין דעת בכלל, און אין די ענינים האמורים במיוחד.
¶8איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע זאכן טוט יעדערער און ווירקט איין אויפן גאנצן אז דער גאנצער ארום זאל זיין אין אן אופן פון צמיחה, און צמיחה ברוח התורה והמצוות און פנימיות התורה לויט תורת החסידות, וואס דאס איז דאך דער נתינת-כח מיוחדה פון ראש השנה לאילנות, און וואס אין היינטיקן יאר, כאמור, קומט-צו וואס דאס איז דער שנת הארבעים, מיט לב לדעת ואין נעים לראש ועזניים לשמור, און אויך וואס דער ראש השנה לאילנות קומט אויס ביום השבת קודש, וואס דאס באווייזט דאך, אז קל מלאכתך עשוי,"' און יעדער זאך וואס א איד טוט, האט ער אין דערויף א נתינת-כח מיוחדה, א שבת'דיקע, אין די אלע ענינים וואס ער טוט, און ווירקט אזוי איין אויף דעם בני בית, ווי מ'זעט דאך בפשטות, אז ביום השבת שטייט די גאנצע משפחה צוזאמען און נאכמער פאראייניקט און נאכמער פאראיינציקט, ביז וואנענט אז דעמאלט איז דאך דער ענין פון שלום בית און עונג הבית וכו ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז בשבת, און אין דעם שבת גופא האט דאך אין זיך אויך די מעלה פון שבת, האט אויך א מעלה וואס דאס איז חמשה עשר בחודש, האט מען אין דערויף די קיימא סיהרא באשלמותא פון דעם גאנצן חודש, און פון יעדער ענין אין דעם חודש, כולל אויך דעם ענין פון עשרה בחודש זה, העשירי יהי'קודש, וואס דאס איז די כל הענינים פון יום ההילולא.
¶9און מ'איז דאס ממשיך גלייך במשך פון איינציקע טעג, קומט דאס גלייך ארויס בגלוי אין א שבת. און יהי רצון, ובפרט נאך אז מ'גייט זיך פארענדיקן דורך נעמען יעדערער אויף זיך א שליחות א צדקה במיוחד וואס מ'וועט געבן, נוסף אויף דערויף וואס יעדערער אדער יעדערער, ביז אויך די קינדער, וועלן צולייגן פון אייגענע געלט, און ביז וואנענט אז ס'וועט נאכמער ניט עוסף ווערן אין ענין פון דער צדקה, וואס צדקה האט דאך די סגולה מיוחדה וואס מקרבת את הגאולה, כמדובר כמה פעמים, ובפרט אין דעם צוזאמענקומען זיך, ביז וואנענט אויך, אז מ'וועט פארן פאנאנדערפארן, איז כאמור איז מען זיך נאכאמאל צוזאמענגעקומען, און ערשט דערנאך פארט מען זיך פאנאנדער מיט דער החלטה תקיפה וגמורה ויתנה, אז מ'זאל מקיים-זיין די אלע החלטות טובות מתוך שמחה וטוב לבב, און אויסנוצן אויף דערויף אט דאס וואס דאס איז די שנת הארבעים, און מ'האט א תוספת ענין סיי אין לב לדעת און סיי אין עניים לראש און סיי אין אזניים לשמוע, און סיי אין השפעה, אין דעם גאנצן ארום, ומתוך שמחה וטוב לבב. וואס דאס איז נאכמער היילט-צו דעם ענין אז די גאולה האמיתית והשלימות זאל קומען בקרוב ממש, ביז אפילו אז לא עיקבא און אפילו כהרף עין, וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס לכאורה איז דאס ניט קיין רגיל'דיקע רייד, איז דאך יעדער איד איז דאך א מאמין בביאת המשיח, און ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ, אז ס'איז אן עיקר בתורה, אז ניט נאר וואס מ'איז מאמין אין ביאת המשיח, נאר אויך ער איז מחקר לביאתו, אז יעדער טאג און יעדער מאל, בפרט נאך אין שנת הארבעים, איז היינט ווארט ער, אז אט אט קומט ער צוגיין, און ווי אזוי דער
¶10קומט מען שוין צוזאמען מיט אים עם ענני שמיא תיכף ומיד ממש אין די גאולה האמיתית והשלימה, און בשעת יעדער איד איז מחליט בכל זה, אז דאס איז זיין תקוה און זיין מחכה בכל יום שיבוא, און ער האפט אזוי שוין מערערע יארן, און אין דעם יאר עצמו שוין מערערע שעות, על אחת כמה וכמה אין התחלת השנה פון שנת העיבור און שנה מלאה און שנה פון תשמיד ידך, כמדובר כמה פעמים, וואס די אלע זאכן צוזאמען פאראייניקן די אלע בקשות פון די אידן און די אלע תפילות פון די אידן, על אחת כמה וכמה די תפילה העיקרית, אז ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה. און אז אלע אידן פאראיינציקן זיך צוזאמען אין דער זעלבער בקשה, אין דער זעלבער תפילה, איז דאך הן קול כביר לא ימאס, און כמבואר בארוכה אין קונטרס החלצו, ווי אזוי אז בשעת ס'ווערט החלצו חלוצים זאל אלע צוזאמען אין אן אופן פון חלוצים,
¶11וואס דאס איז תורת אמת, און תורה וואס זי איז א באלעבאס אויף דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה ווי די וועלט איז פארבונדן מיט אידן, על אחת כמה וכמה ווי די וועלט איז פארבונדן מיט א גאולה האמיתית והשלימה פון אידן, איז דאך זיכער, אז תורה ווערט דער באלעבאס אויך בגלוי פון כל עניני העולם, על אחת כמה וכמה פון די ענינים עניני העולם, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט נתינה לצדקה, וואס דאס איז דאך מוסיף הצלחה אין יעדער פעולה פון דעם נותן הצדקה, אפילו ווען דאס ווערט געגעבן דורך א קליין קינד, איז דאך א קטן האט דאך די מעשה פון א קטן האט דאך דעם גאנצן תוקף, פועל'ט דאס אויך פעולתו, אז דער אויבערשטער איז ממלא זיין תפילה און זיין בקשה, דאס איז א שנה מיוחדה, ווי געזאגט, אז נתן הוי'אל לכם לב לדעת ונעים לראש וזנעים לשמוע האט מען דאך א נתינת-כח מיוחדה אין די אלע ענינים וואס דער אויבערשטער גיט און מסייע, בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט מצות הצדקה, וואס דא איז דאך די מצוה מיוחדה פון דעם אויבערשטן, ביז וואנענט אז מ'פועל'ט אויך, און אין אן אופן, אז ס'הויבט-אן גלייך דער ענין פון האדם עץ השדה, וואס די עץ השדה איז דאך עניני פירות, און מאן פירי מוצוות, און די מצוות גופא די מצות הצדקה, וואס זי איז דאך א מצוה כללית, און א מצוה וואס באווייזט אויף זירוז, אז יעדער ענין, און ענינים עיקריים, על אחת כמה וכמה, קומען בתריזת הכי גדולה, ביז וואנענט ווי כאמור לעיל, אז אף על פי וואס דאס איז לכאורה א דבר פלא, איז ממנו דער אויבערשטער איז דאך א-א-ל-יכול על אחת כמה וכמה אין א זאך וואס אידן האפן אויף דערויף און בעטן אויף דערויף און ווארטן אויף דערויף, און שאין כלו כל הקיצין און שוין אויך געווען דער ענין פון תשובה און צופוצן די קנעפלעך, כמדובר,
¶12כמה פעמים, און דאס ווערט דער שנת הסיום פון דעם גלות, און שנת התחלה בפועל פון גאולה האמיתית והשלימה, בפרט נאך אז ס'ווערט דער תשמיד ידיך און ס'איז א שנה תמימה און א שנה מלאה, מיט אלע ענינים, כמדובר כמה פעמים, און ס'ווערט גלייך דער ענין פון תשמיד ידיך בפשטות, אז דער אויבערשטער איז משמיד און איז מוחל כל ענינים בלתי-רצויים, במילא ווערט דאך טוב הנראה והנגלה, דערפאר וואס בא יעדער אידן שטייט אין אן אופן פון נראה ונגלה מערניט ווי ענינים פון טוב אמיתי, איז דאס זיכער אז דער אויבערשטער גיט תיכף ומיד, ולא עיקבם, אפילו כערב עין, דעם טוב הנראה והנגלה הכי אמיתי והכי עיקריי, גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש. והקיצו ורננו שוכני עפר און דער בעל ההילולא בראשם, ווארום צדיקים זיינען דאך ראשונים צו תחיית המתים, אז סיכער אויך נעמט מען מיט דער הקיצו ורננו שוכני עפר פון כל הנשיאים, על אחת כמה וכמה די נשיאים וואס ער איז זייער ממלא מקומו און ממלא זייער שליחות מיט א מסירת-נפש, און האט אויך אזוי איינגעפלאנצט אנשים ואנשים וטף פון כל חצידי חב אד, על אחת כמה וכמה פון די וואס האבן זיך צוזאמענגעקליבט במיוחד צוליב יום ההילולא שלו, און יום ההילולא עצמו דעם יום ההילולא הארבעים, און ס'קומט ארויס בפועל, ובגלוי ממש, ובפרט אז מ'איז נתינת הצדקה בתריזת הכי גדולה, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, בפרט נאך אז מ'איז נאך מוסיף די החלטות טובות, כמדובר, אויף לערנען בתורתו פון דעם בעל ההילולא, און לערנען אין אן אופן פון קאין מינהו שהדעתו דרבו, וואס ער האט זיך דאך אויך אויסגעצייכנט אין דעם וואס כמה פון זיינע תורות,
¶13כמה וכמה פון זיינע שיחות און די לקוטי דיבורים האט ער אויך געהייסן איבערזעצן אויף אלע-רליי לשונות, און אין א סגנון וואס דאס איז צוגעפאסט במיוחד גאר פאר נשים און קטנים און אויך און קטני-קטנים. און פון די אלע ענינים צוזאמען קומט ארויס דער מילה משלת לבב כל אחד ואחד, אז ס'זאל בלייען אויפוואקסן די צמיחה נאר פאר חמשה עשר בשבט, און נאך פאר דעם קיימא סיהרא באשלמותא ווי דאס איז אין יום חמשה עשר, און אין א שבת'דיקן אופן זאל שוין גלייך אויסוואקסן, און זאל זען גלייך די פירות ממש, און די פירי העיקרי, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, ו כספם וזהבם איתם די רוחניות'דיקע און אויך די גשמיות'דיקע, על אחת כמה וכמה די אלע מוסדות, די בתי כנסיות ובתי מדרשות ובתי צדקה וחסד, כמדובר כמה פעמים, נעמט מען אים ענני שמיא תיכף ומיד בגאולה האמיתית והשלימה לארצנו הקדושה, און דארטן גופא, ירושלים עיר הקודש, און אין בית-המקדש, מקדש אדנ'כונם וידך דער בית-המקדש השלישי, אין דער גאולה השלישית, ותיכף ומיד ממש.