English
ספרייה
kind
paragraph
order
4Q
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בימיוחד בנוגע צו ספר התורה, דארף מען דאך האבן ס'זאל זיין דוקא א ספר-תורה כשרה, ווען זי איז דא, ווי די גמרא זאגט, ווי קען זיין א תורה חסרה, אפילו עפעס-וואס, און מ'זאל זאגן אז דאס איז כל התורה הזאת, וואס דערפאר איז דאך שולל אין תורה כל פסוקי התורה, ביז פון דעם ערשטן ווארט ביז דעם לעצטן ווארט, אף על פי וואס דער ערשטער ווארט און די כמה סדרות לאחרי זה, זיינען דאך געווען קודם מתן תורה, ביז וואנענט אז ס'קומט ארויס אויך א נפקא מינה בהלכה, צי דאס איז קודם מתן תורה צי לאחר מתן תורה, בנוגע צו כמה מצוות, ועל דרך זה בנוגע צו סוף התורה איז דאך דא א ריבוי פסוקים, ובפרט אז מ'זאגט אז ס'איז שמונה פסוקים, וואס דער מספר פון שמונה באווייזט דאך אויף א תכלית השלימות אין מספרים גופא, אף על פי וואס שלימות המספר איז בשעת ס'איז שוין דא די שבע, תכלית השלימות איז בשעת ס'איז דא דער שומר ההיכף אויך ביום השמיני עצרת תהי'לכם, אין סוכות עצמו, כמוזכר לעיל, אז ס'איז דא בכמה ענינים, אז ס'איז שבעה באזונדער און דער יום השמיני איז באזונדער, דאס גופא אבער וואס ער ווערט אנגערופן יום השמיני איז דאך דאס גופא מדגיש, אז ער קומט לאחרי שבע שקדמו לו, און ער האט צו זיי א שייכות, אז ניט וואלט ער זיך געווען ניט נאר בששה דברים אן ענין בפני עצמו, נאר ס'איז מערניט ווי בששה דברים ווערט ער אויסגעטיילט, וכמדובר כמה פעמים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים